קאבול-אפגאניסטאן. – 40 זענען אומגעקומען, און 6 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, אין אן אטאקע וואס א פארשוין מיט א רעוואלווער האט דורכגעפירט.
דער פארשוין מיטן רעוואלווער האט געשטורעמט דעם געביידע און אנגעצינדן אין פלאמען. געסט וואס האבן זיך געפונען אין די געביידע זענען געווען געצווינגען צו אנטלויפן. מענטשן האבן נישט געטראפן קיין אנדערער אויסוועג זיך צו ראטעווען נאר דורכן אראפטאנצן פון די געביידע, אנדערע זענען געראטעוועט געווארן מיט די הילף פון די רעטונגס לייט.
אלעס צוזאמען האבן 150 מענטשן געדארפט אנטלויפן אויס מורא פאר זייער לעבן, “די צאל אומגעקומענע קען נאך שטייגן,” האט זיך דער אפגאניסטאנער גאווערמענט באאמטער אויסגעדרוקט פאר די פרעסע. “מיר האבן נאכנישט קיין פונקטליכע ציפער וויפיל מענטשן עס זענען אומגעקומען אין די אטאקע, די רעטונגס לייט זענען נאך ביזדערווייל פארנומען צו צוזאמנעמען די טויטע קערפער”.