היימלאזע מענטשן פון ברוקלין, וועלן זיך קענען אפרייניגן אין די צוקונפט טעגליך, דורך א באס וואס וועט ארום פארן אויף די גאסן פאר זייער באקוועמליכקייט.
ברוקלין בארא פרעזידענט עריק עדעמס האט געמאכט דעם באַשלוס די פארגאנגענעם מיטוואך צו צושטעלן פאר היימלאזע מענטשן שויערס זיך צו קענען אפרייניגן.
די באס וועט קומען אויסגעשטאט מיט צוויי שויערס. דער געדאנק קומט ווען באאמטע אין סאן פראנציסקא האבן אויסגעשטאט א באס, פאר היימלאזע מענטשן זיך צו קענען אפרייניגן, און אין ברוקלין וועלן די אויטאריטעטן נאכמאכן דעם זעלבן געדאנק.
ווען די ‘סי-בי-עס’ נייעס אגענטור האט אויסגעפרעגט א היימלאזער מאן אויפן גאס וויפיל טעג א וואך ער גייט אין שויער, האט ער געענפערט בלויז שבת איין טאג א וואך! עס איז ערווארטעט אז דער באס זאל זיין אין באנוץ אין א יאר ארום.