א שרייבער אין מארקעטינג אפיס אין ניו זילאנד האט געדינגען א קלאון אז ער זאל זיצן מיט אים ביי די זיצונג וואו מ’האט אים געמאלדן אז ער פליט פון דער ארבעט.
לויט א באריכט אין גארדיאן, האט דער געוועזענער ארבעטער דזשאש טאמפסאן פון די מארקעטינג גרופע FCB און אוקלענד געמאלדן געווארן אז ער וועט מוזן אפגעזאגט ווערן מיט נאך ארבעטער, נאכדעם וואס איינער פון זייערע גרעסטע קליענטן איז געגאנגען צו א צווייטן, און מ’קען מער נישט אויסהאלטן אזויפיל ארבעטער…
בעפאר די שמועס האט אים זיין בעל הבית פארגעשלאגן צו ברענגען איינעם וואס זאל מיטקומען און אים געבן חיזוק ביים זיצונג, א זאך וואס מ’מוז געזעצליך פארשלאגן אין אזעלכע זיצונגען אין ניו זילאנד.
טאמפסאן וואס איז א קאמיקער און פרייליכער מענטש, האט באשלאסן אז ער וועט טאקע מיטברענגען איינעם, און נישט קיין פאמיליע אדער פריינד נאר מיט א קלאון, אויף וואס ער האט געצאלט 200 דאלער.
דורכאויס דעם שמועס האט דער קלאון כסדר אויפגעבלאזן באלאנען מיט צורות פון פארשידענע חיות, און מ’האט אים געבעטן ער זאל עס אפשטעלן ווייל ס’האט געמאכט הילכיגע קולות און מ’האט נישט געקענט געהעריג הערן…
ווען מ’האט געמאלדן פאר טאמפסאן אז ער איז אפגעזאגט, האט זיך דער קלאון ‘צעוויינט’ גאר הארציג, און ס’איז געווארן דארט א געלעכטער… ווי די ארומיגע זאגן, איז עס געווען זייער געשמאק, און פאר דעם אליין האט זיך געלוינט דאס גאנץ געשעפט…