פאריז – די פראנצויזישע רעגירונג האט צוריקגעצויגן פון א פלאן ארויסצושטעלן א ספעציעלע באעהרונג פאר א באקאנטן פארשטארבענעם פראפעסאר, וועלכער איז אויך געווען א טרויעריג-בארימטער אנטיסעמיט. די רעדע איז פון טשארלס מאראוס, וועלכער איז געווען א באקאנטער פילאזאף און פראפעסאר אין פראנקרייך אין לויף פון די שפעטע 890’ער יארן, און ער האט געלעבט ביז די אנהייב 950’ער יארן. מאראוס האט געשריבן פילע ביכער, האבנדיג א סאך איינפלוס אויף דער פראנצויזישער רעגירונג און קולטור, און ער האט נישט פרובירט צו באהאלטן זיין האס און שנאה קעגן אידן, קאמפיינענדיג אז די פראנצויזישע רעגירונג זאל באשטעטיגן א ניי געזעץ, אז קיין שום איד קען נישט באקומען פראנצויזישע בירגערשאפט, שרייבנדיג אז “די דעפעניציע פון א איד איז א פאררעטער, און דעריבער קען מען אים נישט געטרויען”. הארט נאכ’ן קריג, אין 945′, איז טשארלס אריינגעשליידערט געווארן אין טורמע, פאר’ן “מיטארבעטן מיט’ן פיינט” ביים צווייטן וועלט קריג, און ער איז אפגעשטארבן אום 952′, קורץ נאכ’ן ווערן ארויסגעלאזט פון תפיסה צוליב זיין שוואכן געזונט צושטאנד.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
גרופע אידן פארלאנגען פון פראנקרייך די ביינער פון...
חסדי ה’: פלאן צו פאר’סמ’ען אידן און...
ברוך דיין האמת! אינגערמאן דערטראנקען נאכן...
ברוך דיין האמת: איד דערטראנקען געווארן אין תל אביב...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.