אריינפיר: מוצאי שבת איז די צייט וואס עס איז געווארן איינגעפירט צו עסן לאקס און בייגל סענדוויטשעס, און איז א גאנגבארע עסן אין די היימישע געגנטער. דעריבער לאמיר אייך ברענגען אן אינטערסאנטן באריכט איבער א בייגל און לאקס סענדוויטש וואס האט געבראכן די גינעס ווארלד רעקארד זייענדיג דער גרעסטער אין מאס, ערצייגט און געמאכט אין ברוקלין, איין זאך נאר, איר וועט דאס נישט קענען פארזוכן, ווייל ס’איז נישט כשר.

אין גרינפוינט, ברוקלין, איז פארהאן א האלסעיל געשעפט מיטן נאמען עי-סי-עם-אי סמאוקד פיש קארפ. וועלכע פארנעמט זיך מיט פארקויפן סמאוקד פיש, זייענדיג אפן איינמאל א וואך, יעדע פרייטאג, פאר ארום 5 שעה פאר די פובליק.

די געשעפט זעט לאנגע ליניעס פון קאסטומער אין די עטליכע שטונדן וואס זי איז אפן, און היינט האט זי געזען א פארמערונג, פון מאסן מענטשן צוליב די מעלדונג אז די געשעפט האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט די געשעפט “זוקערס בייגלס” צו ברעכן די גינעס וועלט רעקארד, מיטן אהערשטעלן א ריזיגער לאקס און בייגל סענדוויטש.

די ארבעטער פון עי-סי-עם-אי האבן אנגעהויבן מיטן ארויפשמירן 40 פונט קריעם טשיז אויף די בייגל אזוי גרויס ווי א קינדער שווים באסיין, דאס האט נאכגעפאלגט מיט 30 פונט פון גערייכערטע סעלמאן פיש, און הונדערטער שטיקלעך טאמעטע, רויטע צוויבל, און אנדערע גרינצייג, ווי (capers) באדעקנדיג דעם גאנצן סענדוויטש.

דערנאך האבן עטליכע מענטשן אויפאמאל ארויפגעלייגט דעם ריזיגן אויבערשטן טייל פונעם סענדוויטש, און דאס אפגעוואויגן. עס איז אויסגעקומען צו 213.75 פונט! די הויעך פון די סענדוויטש האט דערגרייכט 13 אינטשעס הויעך. פאר די געזונטהייט אבסעסירטע מענטשן האבן די ארטיגע מבינים געשאצט אז די סענדוויטש ענטהאלט אין זיך זיליאן קעלאריעס… לויטן חשבון אז א קליינער געווענליכער צאל האט 320 קעלאריעס.

די סענדוויטש גענוג צו שפייזן איבער 400 מענטשן איז געווארן אויפגעשניטן מיט א ריזיגער גארטן זעג געווידמעט צו שניידן ביימער, און איז געווארן צעכאפט דורך די פולע אנוועזנדע…

דערווייל ווארט מען צו הערן פון די גינעס באאמטע אויב זיי זענען געווארן איבערגענומען פון די נומערן און צי די סענדוויטש וועט טאקע איבערנעמען דעם ביז יעצטיגן רעקארד.


בילדער


מען שמירט ארויף 40 פונט קריעם טשיז אויף דעם גיגאנטישן אונטערשטן טייל פונעם בייגל

פלאקאטן מעלדן איין איבער דעם אוונט ווי די געשעפטן וועלן פרובירן מאכן א פרישער רעקארד

הונדערטער צו טויזענטער סלייסעס טאמעטעס און רויטע צוויבל ווערן ארויפגעלייגט

דער ריזיגער סענדוויטש אין געגנווארט פון קלענערע בייגלס…

ארבעטער לייגן פארזיכטיג ארויף דעם אויבערשטן טייל פונעם בייגל

מען שניידט דעם גיגאנטישן סענדוויטש מיט א גארטן זעג געמאכט צו שניידן ביימער…

חמשה עשר בשבט פאר גרינצייג?

אפילו העמעדלעך פונעם געהויבענעם מעמד האט זיך דארט פארקויפט…

מען מעסט אפ דעם סענדוויטש

א ספעציעלער שילד ווי מענטשן קענען זיך פאטאגראפירן און פאראייביגן די מאמענט פאר די שפעטערדיגע דורות…

 

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.