אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס בילדער

סיריע באמבארדירט און ברענגט אראפ מדינת ישראל פליגער, מדינת ישראל באמבארדירט צוריק

די סיריער מיליטער האט געשאסן און אראפגעברענגט א מדינת ישראל F-16 פליגער, ביים אטאקירן איראנער צילן אין סיריע. די מדינת ישראל מיליטער האט רעאגירט מיטן באמבארדירן צילן אין סיריע.

די פליגער איז געווארן באמבארדירט מיט א רעגן פון אנטי עראפלאן מיסילס, און לויט באריכטן איז דער פילאט ארויסגעשפרינגען באצייטנס און געלאנדעט אין מדינת ישראל טעריטאריע.

אמעריקא איז ארויסגעקומען אין שטיצע פון מדינת ישראל, זאגנדיג אז די מעג זיך באשיצן און דורכפירן די אטאקעס.


בילדער


די פליגער ברענט נאכן ווערן אראפגעשאסן צו דער ערד

נאך – כראנאלאגישע איבערזיכט פון די פאסירונגען קייט צווישן מדינת ישראל און סיריע.

מיליטערישע עקספערטן באטראכטן די פליגער ברוכווארג

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.