לאנדאן – א מאסיווער פראיעקט איז אונטערגענומען געווארן, צו רענאווירן און רעסטאוורירן הונדערטער היסטארישע שוהלן לענגאויס אייראפע וועלכע געפינען זיך אין א שוואכן צושטאנד. דער פראיעקט איז אונטערגענומען געווארן דורך סימאון שאמא, א באקאנטער היסטאריקער אין ענגלאנד און מידיא פיגור נאטאשא קאפלינסקי, וועלכע האבן אויפגעטרעטן אינעם בריטישן פארלאמענט, וואו זיי האבן ארויסגעברענגט אז זיי האבן אידענטיפיצירט מער ווי דריי טויזנט שוהלן לענגאויס נאענט צו פופציג אייראפעאישע לענדער, וועלכע זענען אין א גאר שוואכן צושטאנד און נויטיגן זיך אין פינאנציעלע אינוועסטמענט עס צו קענען באפעסטיגן און רענאווירן, אז ס’זאל בלייבן שטיין נאך הונדערטער יארן לזכרון עולם. שאמא האט אין זיין פארלאמענט אויפטריט ארויסגעברענגט, אז בעפאר’ן קריג זענען געווען זיבעצן טויזנט שוהלן לענגאויס אייראפע, און היינט זענען בלויז דא 3,300 שוהלן געביידעס, און נאר ארום 720 זענען אקטיוו.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
גרופע אידן פארלאנגען פון פראנקרייך די ביינער פון...
חסדי ה’: פלאן צו פאר’סמ’ען אידן און...
ברוך דיין האמת! אינגערמאן דערטראנקען נאכן...
ברוך דיין האמת: איד דערטראנקען געווארן אין תל אביב...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.