טשיקאווע נייעס

כאאס און פאניק צוליב פאלשער טיגער…

א פארמער אין סקאטלאנד וועט שוין נישט רופן די פאליציי אזוי אפט, נאכדעם וואס ער האט אלארמירט די פאליציי און אנדערע עמערדזשענסי אגענטורן אז ער זעט אין זיין גארטן א ריזיגער טיגער, און ער ציטערט אז די טיגער איז דא מיט זיין פאמיליע, און זיי קענען זיך ארויסלאזן אין אן אטאקע אויף זיין הויז, אדער פארעם, ווי ער פארמאגט קוען און אנדערע באשעפענישן.

די טיגער זיצט נעבן די שטאל פון די קוען, און ברענגט אנגסט און זארג פאר די אייגנטומער און פאמיליע…

די געלערנטע פאליציי אפיצירן זענען אנגעקומען אין געציילטע מינוטן, און אויסגערופן אויף די הויכהילכערס אז עס זענען פארהאן פארציקנדע באשעפענישן אין די געגנט, און יעדער זאל בלייבן אינדערהיים.

דער מאכטפולער שרעקעדיגער טיגער, פון סחורה און פלאסטיק, אנגעפולט מיט פעדערן, וועמען די פאליציי האט שוין געהאלטן ביים שיסן…

מיט א סטראטעגיע זענען זיי אריין אין די שטוב פון די פארמער, און טאקע באשטעטיגט אז א טיגער זיצט און אטעמט אזוי געמיטלעך, הארט נעבן די הייזקע ווי עס האבן געוואוינט די קוען.

די פאליציי אפיצירן אינאיינעם מיט געלערנטע באשעפענישן אגענטורן האבן פרובירט צו דערשרעקן דעם טיגער מיט עטליכע טאקטיקן, און זעענדיג אז ער רירט זיך נישט פון פלאץ, ווי א ריכטיגער מיטגליד פון פאמיליע קאץ… האבן זיי גענומען געוואגטע נענטערע טריט צום טיגער, האלטנדיג גרייט א טרענקילייזער גאן, וואס זאל קענען איינשלעפן דעם מאכטפולן באשעפעניש פאר צייטווייליג.

נאך עטליכע אנגעצויגענע מאמענטן גייענדיג גאר נאנט צו די טיגער, האט זיך מיטאמאל געהערט א געלעכטער ווען איין אפיציר האט באמערקט אז דער טיגער האט צו זיך צוגעקלעבט א פרייז צעטל… ער איז צוגעגאנגען מיט דרייסט, און א שטויס געטון דעם פלאסטישן טיגער וואס האט זיי געהאלטן אין אנגעצויגנקייט, נעמענדיג עטליכע בילדער צו געדענקען די געשיכטע ווי פאליציי איז פארנארט געווארן פון א פאלשע שפילצייג טיגער, וואס די פאמיליע קען דערווייל נישט כאפן פון וואו עס זאל דארט אנקומען, און וועלכע שכן עס האט מיט זיי געמאכט א געלונגענעם שפיל…

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.