ווארשא – דער פארלאמענט אין פוילן גרייט זיך צו באשטעטיגן א ביל וועלכע שלאגט פאר צו שטעלן צוימונגען אויף כשר’ע שחיטה אין לאנד. דער ביל באציט זיך נישט דירעקט צי מ’זאל פארבאטן שחיטה אדער נישט, נאר עס זאגט פשוט אז מען זאל צוימען דאס וואס עס ווערט עקספארטירט כשר’ע פלייש פון פוילן צו אנדערע אייראפעאישע לענדער, וואס אויב דאס נייע געזעץ גייט אריין אין אפעקט, וועט דאס אפעקטירן פילע אידישע געמיינדעס לענגאויס אייראפע, וועלכע זענען אנגעוויזן צו באקומען כשר פלייש פון די פוילישע שחיטות.
עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס די פוילישע רעגירונג פרובירט צו טשעפען כשר’ע שחיטה, נאר אין יאר תשע”ג האט די ארטיגע רעגירונג געהאט ארויסגעשטעלט א פולקאמען פארבאט אויף שחיטה, און די דעמאלטדיגע גזירה איז נאר בטל געווארן נאכדעם וואס דאס העכסטע געריכט האט עס דערקלערט אלס אומלעגאל א יאר שפעטער.