מאסעטשוסעטס – פאליציי האט ארעסטירט א פארשוין, וועלכער ווערט באשולדיגט אין האבן דורכגעפירט גניבות בשעת עס זענען פארגעקומען לויות און באגרעבעניש צערעמאניעס. דער פארשוין רענדי ברונעל, פון בארענסטעיבל, מאסעטשוסעטס, ווערט באשולדיגט אז ער פלעגט ארומגיין אין לאקאלע טשאפלס און קירכעס, צו זען ווען עס קומען פאר קלאג-צערעמאניעס און באגרעבענישן אויף טויטע, און וויבאלד עס איז א קליין שטעטל, האט ער געקענט גרינג אידענטיפיצירן אלע אנטיילנעמער.
אזוי ארום האט ער געוואוסט אז די מענטשן זענען נישט אינדערהיים, און האט אויסגענוצט די צייט זיך איינצוברעכן אין זייערע הייזער און רויבן טייערע חפצים, אריינגערעכנט קאך-געצייג, צירונגען און זילבערווארג. ברונעל איז באצייכנט געווארן דורך די פאליציי מיט’ן שפעט נאמען “דער לוי’ גנב”, און עס דערווארט אים הארבע קלאגעס פאר העכער צוואנציג אזעלכע רויבערייען.
קרעדיט: דער איד