ניו יארק – פּאליציי אין ניו יארק פּרובירן צוזאמצושטעלן די מיסטעריע, וויאזוי א קאנאדישער בירגער, וועלכער האט זיך געפונען אויף וואקאציע אין ניו יארק, איז אנגעקומען פּלוצלינג קיין קאליפארניע, און יענער האט נישט די מינדעסטע אנונג אדער זכרון וויאזוי דאס האט פּאסירט. דער מערקווירדיגער אינצידענט האט פּאסירט ווען דער טאראנטאער איינוואוינער דעני פיליפידיס איז געקומען קיין ווילמינגטאן, ניו יארק, וואו ער פארברענגט יעדן ווינטער פאר עטליכע טעג אויף די פארשנייטע “סקי” בערג, און ווען ער איז נישט צוריקגעקומען צום באשטימטן צייט פאר נאכטמאל מיט זיינע פריינט, האבן זיי אלארמירט די פּאליציי, וועלכע האבן געעפנט א מאסיווע זוך אקציע. למעשה זעקס טעג שפּעטער האט פיליפידיס טעלעפאנירט קיין ניו יארק, אז ער האט זיך געטראפן אין סאקראמענטא, קאליפארניע, און ער ווייסט נישט וויאזוי דאס האט פּאסירט…
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
האלענדישע געזונטהייט מיניסטאר פאלט צוזאם אין פארלעמענט...
מונדירן-געקליידטער פילאט איז גאר א פיפיגער פאסאזשיר...
נאכן אורטייל פון 15 יאר טורמע: די שטויב איז געווען...
פארקינג-ספאט פארקויפט פאר נאנט צו א מיליאן דאלער אין...
האלאנד איז נישט צופרידן מיט איר נאמען, און איז גרייט...
דאנעלד טראמפ סטרוקטור צווישן פילע אביעקטן ביים לעגאו...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.