איידעהא – שטייענדיג נאך די שרעקליכע מאסן שיסעריי וואס איז פארגעקומען אין פארקלענד, פלארידע, האט געכאפט א פאניק און שרעק ביי עלטערן פון א לאקאלע שולע אין בורלי, איידעהא, ווען זיי האבן געהערט אז די שולע וואו זייערע קינדער לערנען, איז אונטער לאקדאון צוליב אן עמורדזשענסי סיטואציע. דער לאקאלער שעריף דזשעי היוערד האט שפעטער געשילדערט וואס ס’האט פאסירט, זאגנדיג אז א “בלעק ענגוס” סארט אקס, האט זיך ארויסבאקומען פון א ליציטאציע מארק, און האט זיך גענומען לויפן אויפ’ן גאס, אראפקלאפנדיג גרויסע טראפיק שילדן און שיער-איבערטרעטנדיג עטליכע מענטשן, בעפאר עס האט אריינגעשטורעמט אין די שולע קאמפלעקס, פירנדיג די אויטאריטעטן צו פארארדענען אן עמורדזשענסי לאקדאון, וואו סטודענטן האבן זיך געמוזט באהאלטן און נישט ארומגיין. איבריג ארויסצוברענגען דעם פחד און שרעק, אבער נאך א קורצע וויילע האט מען אויסגערופן אז “דער געפאר איז פאריבער, דער אקס איז טויט”, און ניין, דאס ווארט “אקס” איז נישט גענוצט געווארן אלס א טשעפע-טערמין קעגן א מענטש/שיסער, נאר קעגן א ווירקליכן אקס…
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
האלענדישע געזונטהייט מיניסטאר פאלט צוזאם אין פארלעמענט...
מונדירן-געקליידטער פילאט איז גאר א פיפיגער פאסאזשיר...
נאכן אורטייל פון 15 יאר טורמע: די שטויב איז געווען...
פארקינג-ספאט פארקויפט פאר נאנט צו א מיליאן דאלער אין...
האלאנד איז נישט צופרידן מיט איר נאמען, און איז גרייט...
דאנעלד טראמפ סטרוקטור צווישן פילע אביעקטן ביים לעגאו...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.