לאנדאן – די לעיבאר פארטיי אין ענגלאנד האט געמאלדן, אז איר פאליסי פלאטפארמע וועט פון היינט און ווייטער שטיצן דעם געדאנק פון איינשטעלן א נייעם סיסטעם, אז פלייש וואס איז גע’שחט’ן געווארן כשר, אדער דורך מוסולמענער האלאל פראצעדורן, זאל טראגן א ספעציעלן לעיבל, וועלכע זאל ארויסברענגען אז די פלייש איז געקוילעט געווארן אן דעם וואס דער באשעפעניש האט באקומען “שאקס” און אז דער באשעפעניש איז געווען ביים פולן באוואוסטזיין בשעת’ן געקוילעט ווערן. דער געזעץ פארשלאג פון אוועקשטעלן באזונדערע ספעציעלע לעיבלס פאר כשר פלייש, ווערט שוין דעבאטירט א לענגערע צייט אינעם בריטישן פארלאמענט, און טראץ וואס אין רעאליטעט וועט עס נישט אפעקטירן שחיטה פראצעדורן און פארקויף פון כשר פלייש, ברענגט עס א זארג אז עס וועט פארשטערקערן דעם אנטי-שחיטה סענטימענט ביים בריטישן פאלק.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
גרופע אידן פארלאנגען פון פראנקרייך די ביינער פון...
חסדי ה’: פלאן צו פאר’סמ’ען אידן און...
ברוך דיין האמת! אינגערמאן דערטראנקען נאכן...
ברוך דיין האמת: איד דערטראנקען געווארן אין תל אביב...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.