אידישע נייעס

אידישער לויער באקומט האס בריוו

קאנאדע – א לויער’ס אפיס אין טאראנטא, קאנאדע, האט באקומען א גאר געמיינעם אנטיסעמיטישן בריוו, מיט טויט סטראשונקעס קעגן אידן. דעם לויער’ס אפיס ספעציאליזירט זיך אין ארויסהעלפן אימיגראנטן זיך אן עצה געבן מיט שטרענגע אימיגראציע געזעצן, און דער בריוו איז געשיקט געווארן דורך א גרופע ווייסע סופרעמיסיסטן, וועלכע ברויזן איבער דער לויזער אימיגראציע סיטואציע אין קאנאדע. אינעם בריוו שרייבן די אנטיסעמיטן, אז די אידן העלפן ארויס אויסצוראטן ווייסע פון גאנץ קאנאדע און פון איבער דער וועלט, און בייגעלייגט איז געווען א סטראשע, אז אין די נאענטע טעג וועט זיך אנהייבן דער טויט פון אידן.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.