אידישע נייעס

גלה כבוד מישראל: יהדות החרדית באוויינט הסתלקות פון כ”ק מרן אדמו”ר הגה”ק מוויזשניץ זצוק”ל

ניו יארק. – מיט מורא’דיגן טרויער און צער האט דאס יהדות החרדית איבער דער גארער וועלט אויפגענומען פארגאנגענעם ערב שבת קודש פרשת ויקרא-החודש די ביטערע נייעס, אז כלל ישראל האט פארלוירן דעם גברא רבא, זקן צדיקי הדור ושריד לדורות הקודמים, כ”ק מרן אדמו”ר הגה”ק מוויזשניץ זי”ע, וואס איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים אין עלטער פון 96 יאר, נצחו אראלים את המצוקים, און די ריינע נשמה איז צוריק ארויף צום באשעפער, זכר צדיק וקדוש לברכה לחיי העולם הבא.

דער וויזשניצער רבי זצ”ל האט אפגעשטאמט מגזע אראלים ותרשישים, צדיקי אמת וקדושי עליון דורי דורות, און מיט זיין געהויבענע הנהגה, תורה און קדושה, אפגעשפיגלט מיט זיך דעם ריח ניחוח פון צדיקים פון אמאל, כל ימיו איז דער רבי געווען אן עמוד האש וואס האט געפאדערט און געמאנט פארצייטישקייט, לויטערקייט, דביקות צו די פריערדיגע דורות, קדושת ישראל, מרבה זיין כבוד שמים, און איז געשטאנען פעלזן פעסט ווי א חומה פאר מלחמה לה’, און זיכער צו מאכן אז ס’ווערן נישט נפרץ גדרות ישראל.

דער רבי זצ”ל, וועלכער האט געפירט זיין עדה קדושה אין עיר התורה והחסידות מאנסי, האט זוכה געווען אויפצושטעלן צענדליגער טויזנטער חסידים ותלמידים, וואס זענען צעשפרייט איבער דער גארער וועלט, און אין דער זעלבער צייט איז אויך געווען מצודתו פרוסה לכל בית ישראל, זייענדיג פון די מנהיגי ישראל, גודר גדר ועומד בפרץ, וואס האט באלויכטן די גאנצע וועלט און זיין השפעה האט געגרייכט צו אלע שיכטן און קרייזן פונעם חרדי’שן אידנטום. מיט’ן הסתלקות פון דעם צדיק וגדול, הורם נזר והוסרה העטרה, ווערט געשאפן א שרעקליכער חלל אין דער אידישער וועלט, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה’.

תולדות ימי חייו
דער וויזשניצער רבי, כ”ק מרן אדמו”ר הגה”ק רבי מרדכי זצוק”ל, איז געבוירן ח”י תמוז תרפ”ב, אין גרויסווארדיין, ראמעניע, צו זיין פאטער כ”ק אדמו”ר מוויזשניץ זצ”ל, בעל “אמרי חיים,” און זיין מוטער הרבנית הצדיקת מרגליא ע”ה, בת כ”ק אדמו”ר רבי וועלוועלע מראחמיסטריווקא זצ”ל. זיין זיידע הרה”ק דער “אהבת ישראל” מוויזשניץ זצ”ל האט געהייסן אים א נאמען געבן ‘מרדכי’ נאך הרה”ק רבי מאטעלע טשערנאבילער זי”ע.

פון קינדווייז אן איז דער רבי שוין געווען בארימט אלס אויסטערלישער מתמיד, און מיט זיינע פעלזן-פעסטע פרינציפן אין שמירת התורה והמצוות, באגלייט מיט א הפלא’דיגן פרישות און קדושה וטהרה. ער איז נתחנך געווארן אין דער שטאט גרויסווארדיין, און פון יונגערהייט אן נתגדל געווארן אויפ’ן שויס פון זיין זיידן דער אהבת ישראל זי”ע, צו וועמען ער איז געווארן דבוק אויף אן אויסטערלישן פארנעם, נאכקוקנדיג אלע עובדות, מנהגים און פסקים פון זיין הייליגן זיידן, און עדי זיבולא בתרייתא גערעדט מיט מיט אויסטערלישע געגועים און מיט א מורא’דיגן קשר מיט אלע פעדימער פון זיין נשמה פונעם זיידן דער אהבת ישראל זי”ע.

אין שנת תש”ב איז ער אריין לערנען אין דער ישיבה פון מרן רביה”ק בעל “ויואל משה” מסאטמאר זי”ע, וואו ער האט ארויסגעשיינט אלס זעלטענער מתמיד נפלא און עובד ה’. פון דעמאלט אן האט זיך אויך איינגעפעדימט א שטארקער קשר פונעם רבי’ן זצ”ל מיט’ן סאטמארער רבי’ן זי”ע, וואס האט אים אויסטערליש מכבד געווען מיט אן אהבה וחביבות באופן יוצא מן הכלל. דער רבי זצ”ל פלעגט שפעטער אויך קומען צו פארן ביי עטליכע געלעגנהייטן זיך מסתופף צו זיין בצל רביה”ק זי”ע אין סאטמאר, וואו ער האט ארויסגעשיינט מיט זיין אצילות’דיג געשטאלט און זוכה געווען צו געניסן מיותרת הכבוד.

שפעטער איז ער אריין לערנען אין דער ישיבה פון כ”ק הגה”ק בעל ויחי יוסף מפאפא זי”ע. אין די ביטערע קריגס-יארן איז זיין טאטע דער אמרי חיים ניצל געווארן מיט אלע קינדער בדרך נס. דער רבי זצ”ל איז ניצל געווארן קיין בוקארעסט, ראמעניע, י”ט אייר, א טאג נאך ל”ג בעומר, ווען ער פלעגט שפעטער יעדעס יאר פראווען א לחיים טיש לכבוד דער הצלה.

נאך דער קריג איז ער צוריק קיין גרויסווארדיין, וואו ער האט מרביץ תורה געווען פאר בחורים פליטים וועלכע האבן איבערגעלעבט דעם קריג, און אין זיי אריינגעבלאזן א פרישן חיות פון תורה און עבדות ה׳.

חודש סיון שנת תש״ה, זייענדיג אין בוקארעסט, האט דער רבי חתונה געהאט מיט הרבנית פיגא מלכה ע״ה, די טאכטער פון כ”ק אדמו”ר מסקווירא זצ״ל. און נאכדעם וואס זי איז נפטר געווארן א קורצע צייט נאך דער חתונה, האט דער רבי זצ״ל חתונה געהאט מיט איר שוועסטער, הרבנית סימא מירל ע״ה, און מיט איר אויפגעשטעלט זיין בית נאמן בישראל אין דער שטאט דארנא, ראמעניע.

ווען זיין שווער דער סקווערער רבי האט פארלאזט דעם מיט בלוט-געווייקטן אייראפעישן באדן, האט דער רבי זיך אנגעשלאסן און אינאיינעם אפגערייזט קיין אמעריקע, וואו ער איז אנגעקומען גענוי מיט זיבעציג יאר צוריק, ער”ח ניסן תש”ח. באלד האט דער רבי אנגעהויבן דינען אלס רב פאר חסידי וויזניץ אין אמעריקע, צום ערשט אין בארא פארק, דערנאך אין וויליאמסבורג.

אין יענע יארן האט ער געוואוינט קעגנאיבער דאס הויז פון רביה”ק מסאטמאר זי”ע, פון וועם ער איז געווען א תלמיד וחסיד מובהק, און דעריבער איז ער געווען אן אפטער גאסט ביים רבי’ן אין שטוב, און צומאל אפילו פארברענגט גאנצע נעכט בעניני השקפה, וכמים הפנים אל פנים האט ער אויך גענאסן פון אן אויסטערלישע הערצה און חביבות פון רבי’ן זי”ע. דער וויזשניצער רבי זצ”ל האט אנגעהאלטן זיין התקשרות צו רביה”ק מסאטמאר זי”ע אלע יארן, מחזק געווען זיינע אלע פעולות און הדרכות, ועדי זיבולא בתרייתא איז ער געשטאנען מיט חיזוק און עידוד לימין להבחל”ח כ”ק מרן אדמו”ר מסאטמאר שליט”א און זיין עדה הק’.

אין שנת תשכ”ד, האט דער רבי באשלאסן צו פארלאזן די שטאט, זעענדיג אז ישיבת כרכים קשה, און ס’איז שווער מחנך צו זיין דורות אין שטאט. טראץ וואס ס’איז געווען ביטער שווער, און ס׳האט אויסגעזען ווי אן אוממעגליכע זאך, האט דער רבי זיך אויפגעהויבן מיט א גרופע משפחות פון חסידים און זיך געצויגן קיין מאנסי, אין אפסטעיט ניו יארק, און דארט געגרינדעט א נייע שכונה פאר חסידי וויזניץ. תמוז תשכ״ד איז אפיציעל באנייעט געווארן דאס נייע וויזשניצער שטעטל אין מאנסי.

ביז ווען זיין פאטער דער אמרי חיים זצ”ל האט נאך געלעבט, פלעגט דער רבי פארן יעדעס יאר קיין ארץ ישראל, און דארט געדאוונט פאר’ן עמוד און געדינט אלס בעל תוקע אום ראש השנה. נאך דער פטירה פונעם אמרי חיים זצ”ל, ט׳ ניסן תשל״ב, איז דער רבי אויפגענומען געווארן צו דינען על כס האדמו”רות – לצד אחיו כ״ק אדמו״ר הישועות משה זצ״ל, וועלכער האט געדינט אלס דער וויזניצער רבי אין ארץ ישראל, און איז נפטר געווארן מיט זעקס יאר צוריק – און זינט דאן האט דער רבי אנגעפירט זיין עדה קדושה, וועלכע איז מיט די יארן אויסגעשטיגן אלס איינע פון די שענסטע קהילות קדושות בישראל, מיט איר אייגנארטיגקייט אין חסידישקייט און ערליכקייט.

צדיק מה פעל
אין לויף פון די יארן איז דעם וויזשניצער רבי’נס הויף, על ישראל הדרתו אין מאנסי, פארוואנדלט געווארן אין אן אימפעריע, וואס האט זיך צעשפרייט מיט תלמידים וחסידים איבער דער גארער וועלט, און היינט ווערן – אונטער דער הדרכה פון די קינדער פון רבי’ן זצ”ל אין יעדן איינציגן ארט – דערצויגן צענדליגער טויזנטער תלמידים ותלמידות אין די מוסדות וויזניץ אומעטום, בדרך התורה והחסידות, אויף די יסודות וואס דער רבי האט אוועקגעשטעלט.

כל ימיו איז דער רבי געווען באוואוסט אלס ביישפיל מיט זיין התמדה בתורה, און ער האט געפאדערט קביעת עתים לתורה, מתקן געווען די “שעות צעטלעך”, וואס די חסידים האבן געמוזט אריינברענגען צום רבי’ן און צייגן וויפיל שעה’ן זיי האבן געלערנט במשך דער וואך. אויך אויף די עלטערע יארן, ווען ס’איז אים שוין שווער געווען דאס זען, האט ער זיך געשטארקט ווי א לייב צו הארעווען אין תורה און לערנען ווי ווייט ס’איז נאר מעגליך געווען.

ספעציעל איז דער רבי געווען אויסגערופן מיט זיין פעסטע הנהגה, לענגאויס זיין גאנצן לעבן האט מען געוואוסט, אז לפניו חנף לא יבוא, עס עקזיסטירט נישט ביי אים קיין חנופה, ער איז אן עמוד אש וואס פאדערט תקנות וזהירות. דער וויזשניצער רבי איז געווען פון די גרעסטע לוחמים ביי פירצות נגד הדת, ער איז געשטאנען פעלזן-פעסט מיט זיין קנאת ה’ ביי יעדער דבר שבקדושה, נישט צוגעלאזט קיין שום התחדשות, געפאדערט זיך צו קלאמערן צום אלטן וועג, און אליין איינגעפירט גדרים וסייגים, זיכער צו מאכן אז עס ברעכן זיך נישט אריין קיין נייע שטרעמונגען ביים אידנטום, ער האט נישט צוגעלאזט קיין שום נייע נגע און פירצה, און נאר געמאכט כסדר זיכער אז אלעס בלייבט אויפ’ן דרך המקובל, ווי אין דער אלטער היים.

ווען ס’האט זיך אריינגעריסן די סכנה פון די טעכנאלאגישע כלים, מיט’ן אינטערנעט און די סמארטפאונס, איז דער רבי זצ”ל געווען פון די מנהיגי ישראל וואס האט זיך גלייך ארויסגעשטעלט בראש המחנה און געביטערט אויף דעם גרויסן חורבן פון טעכנאלאגיע. דער רבי האט אויך געהייסן יעדן גיין צום היסטארישן גרויסן “כינוס כלל ישראל״ אין סיטיפיעלד, ניו יארק, וואו צענדליגער טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן זענען זיך צונויפגעקומען איינצופירן תקנות אויף לדורות קעגן טעכנאלאגיע, און דער רבי אליין, צוליב דער וויכטיקייט פון דעם עת לעשות לה׳, איז אויך געפארן זיך משתתף זיין פערזענליך ביי יענעם היסטארישן כינוס, מיט מסירת נפש, טראץ חולשת גופו הטהור, און כאטש מ’האט דארט אפיציעל גענומען בילדער, און איינע פון די באקאנטע קפידות פון רבי’ן איז געווען כל ימיו מ’זאל נישט נעמען פון אים קיין “בילד”, האט דער רבי אבער יענצמאל פארקוקט פונעם פרינציפ, מיט’ן איינעם הייליגן ציל מחזק צו זיין דעם מורא’דיגן קאמף פונעם יהדות החרדית קעגן טעכנאלאגישע כלי משחיתים.

אין די לעצטע יארן איז דער רבי געווארן שטארק אפגעשוואכט, אבער ער איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הקודש, געפראוועט די תפילות און טישן יעדן שבת, יום טוב און יומי דפגרא, און אויפגענומען די טויזנטער חסידים ואנשי מעשה, וועלכע האבן געשטראמט פון איבער דער גארער וועלט קיין מאנסי, וועלנדיג באקומען ברכת הקודש פון דעם צדיק אמת.

אין די לעצטע חדשים איז דער מצב הבריאות געווארן זייער שווער, דער רבי איז יעדע שטיק צייט אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, און אומעטום האט כלל ישראל מתפלל געווען, לקיים בנו חכמי ישראל, דער באשעפער זאל אפשוינען דעם דור, אפשאפן די שלעכטע גזירה, און און מרן מרדכי בן מרגליא זאל האבן א רפואה שלימה. אפט האט טאקע אויסגעזען ווי ס’קומט אריין א געוויסע פארבעסערונג, אבער ליידער האט דער רבי שפעטער פריש געמוזט גיין אין שפיטאל, דער מצב איז נאר געווארן ערגער, ספעציעל אין די לעצטע דריי וואכן, ווען ס’האט זיך דראסטיש פארערגערט.

פארגאנגענעם דאנערשטאג, ער”ח ניסן מוקדם, איז פארגעקומען א יום תפילה והתעוררות צווישן חסידי וויזניץ איבער דער גאנצער וועלט, אבער ס’איז שוין געווען פארזיגלט די גזירה, און פרייטאג, נאענט צו 9 אזייגער אינדערפרי, ערב שבת קודש ויקרא-החודש, איז דער רבי זצ”ל נסתלק געווארן לגנזי מרומים נאכ’ן זאגן פסוקי יחוד מיט די בני משפחה, נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש.

צענדליגער טויזנטער ביי דער לויה אין מאנסי
ווי נאר ס’האט זיך פארשפרייט די ביטערע בשורה פונעם הסתלקות פון רבי’ן זצ”ל, האט מען אראפגענומען דעם “פרוכת” אין די וויזשניצער בתי מדרשים, און פון איבעראל האט מען זיך אנגעהויבן גרייטן צו דער לויה. פון אלע ישובים אין ניו יארק אין ניו דזשערזי האבן צענדליגער טויזנטער אידן זיך גענומען מאכן אראנזשירונגען צו קענען פארן קיין מאנסי זיין אנוועזנד באשכבתיה דרבי און באגלייטן דעם רבי’ן למנוחת עולמים.

עסקנים האבן מיט דער הילף פון די ניו יארק סטעיט פאליציי, לאקאלע פאליציי דעפארטמענטס לענגאויס ראקלענד קאונטי, און אנדערע פאליטישאנס און רעגירונגס-אינסטאנצן, זיך אריינגעווארפן צו פארזיכערן אז די לוי׳ ווערט דורכגעפירט אויפן מערסט-פארזיכערטן פארנעם, צו אקאמאדירן די פילע צענדליגער טויזנטער וואס גייען פארפלייצן די מאנסיער גאסן. מ’האט ספעציעל צוגעגרייט די ריזיגע פארקינג-לאט פון “ראקלענד בולדערס” פאר אלע קארס, און פון דארט האט מען צוגעשטעלט באסעס צו פירן דעם עולם צו דער לוי’. אין מאנסי זענען אלע גאסן פון מעיפל עוו. דורכאויס גאנץ 306 ביז צום בית החיים געווען פארשלאסן פון פארקער. מ’האט געטון אלסדינג צו קענען ארגאניזירן די לוי’ די שנעלסטע וואס איז שייך, וויסנדיג אז ס’איז “ערב שבת קודש”, און מ’קען נישט צו פיל מאריך זיין.

פילע מוסדות התורה האבן אהיימגעשיקט די קינדער פריער ווי געווענליך, אויך האבן פילע געשעפטן און ביזנעסלייט אפגעשטעלט די געשעפטן און פאבריקן, כדי צו קענען געבן די מעגליכקייט פאר יעדן צו נעמען אנטייל אין דער לוי’ פון דעם גרויסן צדיק. על פי צוואתו האט מען פארטיילט פאר אלע אברכים פון די כוללים 72 דאלאר.

אין ביהמ״ד הגדול דחסידי וויזניץ אין מאנסי האט מען פרי נאכמיטאג אריינגעפירט די מטה, נאכדעם איז מען געגאנגען מאכן די טהרה, און שפעטער צוריקגעברענגט דעם ארון אין בית המדרש. אינצווישן האבן זיך פארזאמלט צענדליגער טויזנטער אידן, אדמורי״ם ורבנים, ראשי ישיבות, זקנים, בעלי בתים, אברכים, אנשים נשים וטף, וואס האבן פארפלייצט דעם ביהמ”ד, אלע שטאקן, און אלע גאסן און הויפן ארום – אין ביהמ”ד האט מען דורכגעפירט הקפות, מ’׳האט נישט געהאלטן קיין הספדים כמנהג וויזניץ, נאר דער דיין הגאון רבי אברהם ניסן ניימאן שליט”א האט אויסגערופן אז אין שנת תשע”ג האט דער רבי געבעטן, אז ערוואקסענע זאלן יעדן טאג לערנען נאך אים א בלאט גמרא לעילוי נשמתו, און קינדער זאלן לערנען משניות. נאכדעם האבן די בני משפחה געריסן קריעה, און בנו הגה”צ רבי אליעזר וואלף שליט”א האט געבעטן מחילה בשם אלע וואס האבן זיך אפגעגעבן מיט די עניני רפואה במשך די יארן.

אויך די פילע טויזנטער וויזשניצער חסידים האבן זיך געריסן קריעה, און מיט א צעבראכן הארץ און יאמערליכע בכיות ארויסבאגלייט דעם ארון פון ביהמ”ד, עס פירנדיג לענגאויס דעם גאנצן וועג פון 306 ביז צו מקום מנוחתו אינעם וויזשניצער בית החיים אין מאנסי. אלע גאסן ארום זענען געווען שווארץ פון די צענדליגער טויזנטער פון אלע שיכטן און קרייזן, און אין גאר א שפעטע שעה איז דער רבי געקומען לקבורה אינעם אוהל אין וויזניצער בית החיים, נעבן קבר פון בנו הגדול הגה״צ רבי פנחס שלום האגער זצ״ל, וועלכער איז נפטר געווארן מיט עטליכע יאר צוריק.

די צענדליגער טויזנטער פון גרעיטער ניו יארק זענען באלד גלייך געלאפן כאפן א וועג צוריק אהיים, אנדערע האבן שוין נישט עספייעט אהיימצופארן און זענען פארבליבן אין מאנסי אויף שבת. במשך פונעם פרייטאג און שבת האט מען איבעראל ביים חרדישן אידנטום איבערגעשמועסט דברי תורה, עובדות, הנהגות, סיפורים, ודרכי ההנהגה פונעם גרויסן נפטר מרן הגה”ק מוויזשניץ זצוק”ל.

דאס הסתלקות לאזט א שרעקליכן חלל אין הארץ פון כלל ישראל, באזונדער פאר די קרובים אל החלל, די צענדליגער טויזנטער וויזשניצער חסידים אין דער גארער וועלט, וואס באוויינען דעם גרויסן בראך, וואס ס’איז אוועקגעריסן געווארן דער קרוין פון זייער קאפ, זייער רבי און מנהיג וואס האט זיי געפירט אזויפיל יארן מיט אזא פאטערליכע ליבשאפט, און אנגעוויזן אויף טריט און שריט כדת מה לעשות, לדעת את הדרך אשר ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון, און זיי געהאדעוועט מיט מסירות נפש זיין גאנצן לעבן.

דער רבי זצ״ל האט איבערגעלאזט זיינע חשוב׳ע קינדער, ממלאי מקומו באדמו”רות: הגה”צ רבי ישראל, אבד”ק וויזשניץ מאנסי; הגה”צ רבי מנחם מענדל, אבד”ק וויזשניץ קייאמישע לעיק; הגה”צ רבי יצחק יוחנן, אבד”ק וויזשניץ וויליאמסבורג; הגה”צ רבי אליעזר זאב, אבד”ק וויזשניץ ירושלים; הגה”צ רבי דוד, אבד”ק וויזשניץ לאנדאן; הגה”צ רבי אהרן, אבד”ק וויזשניץ מאנטרעאל; הגה”צ רבי ברוך שמשון שליט”א אבד”ק וויזשניץ בית שמש ובני ברק. דער עלטסטער זון הגה”צ רבי פנחס שלום זצ”ל, אבד”ק וויזשניץ בארא פארק, איז נפטר געווארן עטליכע יאר צוריק.

די איידעמער פון רבי’ן זענען: הגה”צ רבי אברהם דוב טווערסקי שליט”א, אבד”ק ראחמיסטריווקא במאנסי, הגה”צ רבי ישראל אליעזר פיש שליט”א האדמו”ר מביקסאד אין וויליאמסבורג, הגה”צ רבי יוסף בנציון ראטענבערג, אבד”ק קאסאן בב.פ.; הגה”צ רבי אהרן מנחם מענדל טווערסקי שליט”א בן כ”ק מרן אדמו”ר מסקווירא שליט”א; הגה”צ רבי יצחק יחיאל מיכל מאסקאוויטש שליט”א, אבד”ק שאץ במאנסי, און הגה”צ רבי נחמן יוסף טווערסקי שליט”א.

די קינדער, כקש”ת מרנן האדמו”רים שליט”א, וואס וועלן ממשיך זיין צו פירן ווייטער די פראכטפולע קהילות קדושות פון חסידי וויזשניץ איבער דער גארער וועלט, האבן דעם ערשטן שבת געפראוועט אינאיינעם מיט די טויזנטער חסידים אין מאנסי, און עס האט אריינגעבלאזן א שטיקל טרייסט און האפענונג אין די הערצער פון די טויזנטער חסידים פאר’ן עתיד ממשיך צו זיין על פי דרכו בקודש ומשנתו הטהורה פון רבי’ן זצוק”ל.

ויה”ר דער רבי זצ”ל זאל זיין א מליץ יושר פאר אידישע קינדער געהאלפן צו ווערן בכל מילי דמיטב בכלל ובפרט, ביז מ’וועט זוכה זיין צום הקיצו וירננו שוכני עפר בביאת הגואל במהרה.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.