אידישע נייעס

אידישקייט בליעט אין סיביר

רוסלאנד – א פרישער באריכט צייגט, אז אידישקייט אין דער סיבירישער שטאט טאמסק, בליעט מיט א שטארקייט. דער באריכט ברענגט קאמענטארן פון ר’ ברוך טאמאסקי, דער לאקאלער נייער אידישער טשעירמאן פון דער קהילה, וואס זאגט אז זינט מ’האט באנייעט דעם אלטן היסטארישן קאנטאניסטן שוהל מיט עטליכע וואכן צוריק, האט די קהילה זיך ממש פארטאפלט. ר’ ברוך זאגט, אז פילע איינוואוינער, עלטערע און יונגערע, האבן שוין געהאט פארגעסן בכלל אז זיי זענען אידן, אבער א דאנק וואס די רוסישע רעגירונג האט צוריקגעגעבן דעם קאנטאניסטן שוהל פאר די אידן, זענען פילע געקומען און געזאגט אז זיי ווילן צוריק ווערן ערליך. זינט דעמאלט, האט די טאמסקער קהילה אנגעהויבן אראנזשירן ספעציעלע שיעורים און סעמינארן, וואו זיי לערנען מיט די אידן פארשידענע הלכות און אנווייזונגען איבער אידישקייט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.