יוני הייקינד, דער אינדארסירטע קאנדידאט פאר סיטי קאונסיל, וועלכע קריגט גרויסע שטיצע ביי קהילות, מוסדות, און עסקני העיר איז בעפאר די הייליגע טעג געווארן אויפגענומען ביי די רבני העיר, אפנעמענדיג זייערע ברכות צום בעפארשטייענדן קאמפיין.

יוני איז געווארן אויפגענומען מיט גרויס אנערקענונג און הערצה, ווען די רבנים זענען באקאנט מיט זיינע לייסטונגען ביז אהער, ציענדיג די קייט פון זיין פאטער, אסעמבלימאן דוב הייקינד וואס סערווירט שוין בארא פארק פאר אזויפיל יאר.

די מנהיגי הדור האבן אנגעוואונטשן יוני זאל האבן אסאך הצלחה, און קענען אויפטון פארן כלל מיט סיעתא דשמיא.

קאנדידאט יוני הייקינד באקומט א ברכה פון כ”ק אדמו”ר מספינקא שליט”א.

קאנדידאט יוני הייקינד באקומט א ברכה פון כ”ק אדמו”ר מסקולען שליט”א.

קאנדידאט יוני הייקינד באקומט א ברכה פון כ”ק אדמו”ר מראכמסטריווקא שליט”א

קאנדידאט יוני הייקינד ביי כ”ק אדמו”ר מקלויזענבורג שליט”א.

קאנדידאט יוני הייקינד באקומט א ברכה פון כ”ק האדמורים מסעראדהעלי, פאלטיטשאן, טשערנאביל, און הגה”צ אב”ד נטעי גבריאל שליט”א

קאנדידאט יוני הייקינד באקומט א ברכה פון כ”ק אדמו”ר מבורשטין שליט”א.

  

איבערן שרייבער

יוסף הירש

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.