וואשינגטאן – דאס ווייסע הויז האט געמאלדן, אז פרעזידענט טראמפ האט אויפגענומען א נייעם לויער אנצופירן זיין גרופע לויערס וועלכע פארטיידיגן אים אין דער אנגייענדיגער אויספארשונג וואס ווערט געפירט דורכ’ן פראקוראר ראבערט מוללער. דער נייער לויער איז עמעט פלאד, וועלכער איז א באקאנטער פיגור אין וואשינגטאן די-סי, און ספעציפיש איז ער באקאנט צוליב וואס ער האט רעפרעזענטירט ביל קלינטאן בשעת דער סענאט האט אפגעהאלטן אימפיטשמענט פראצעדורן קעגן אים. דאס אויפנעמען פלאד קומט אינעם זעלבן טאג וואס מ’האט געהערט אז טראמפ’ס ביז יעצטיגער הויפט לויער, טאי קאב, וועט רעטייערן ענדע מאנאט, און געוויסע באריכטן צייגן אז טראמפ איז נישט געווען צופרידן פון קאב’ס ווייכער צוגאנג צו דער מוללער אויספארשונג, און וויל מער אגרעסיוו קעמפן.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
ביידען האט אויפגעטריבן מער געלט אין סעפּטעמבער
דזשאו ביידען האט אפציעל אנאנסירט זיין קאנדידאטור פאר...
סעודי אראביע האט געהעקט די פריוואטע פאון פון דזשעף...
באריכט געבט אן: רוסלאנד האט געשיקט 2 עראפלאנען מיט 100...
מוללער אויספארשונג פארטיג – קיין באווייז אויף...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.