דער אטוירני גענעראל פון די פאראייניגטע שטאטן, וויליאם באר, האט נארוואס איבערגעגעבן פאר די קאנגערעס א סך הכל פון די רעפארט וואס דער ספעציעלער אויספארשער ראבערט מוללער האט אפגעשריבן איבער די צוזאמענארבעט צווישן די טראמפ אדמיניסטראציע און רוסלאנד, איבער די 2016 וואלן.
דער אונטערשטער שורה איז, אז ראבערט מוללער האט נישט געפינען קיין שום באווייז איבער א צוזאמענארבעט צווישן די צוויי, נישט טראמפ פערזענליך, און נישט קיינער פון זיינע פארבינדעטע, זענען געפינען געווארן שולדיג אויף אזא אדער ענליכער פארברעכן.
מוללער האט פארט נישט געהאט די דרייסט צו גענצליך ריינוואשן טראמפ, זאגנדיג אז “אין די צייט וואס דער אויספארשונג האט נישט קיין באווייז אויף סיי וועלכע אומלעגאלע אקט וואס דער פרעזידענט האט דורכגעפירט, טוט ער אבער אויך נישט גענצליך ריינגעוואשן ווערן”…
אינעם בריוו צו קאנגרעס שרייבט וויליאם באר אז מוללער האט איבעגעלאזט אין זיינע הענט די באשלוס צו טראמפ זאל ריינגעוואשן ווערן אדער נישט. באר באצייכנט אז נאכדעם וואס ער און ראד ראזענשטיין האבן איבערגעקוקט דעם מוללער באריכט און זיך אדורכגערעדט מיט אדוואקטן, האבן זיי באשלאסן אז די באווייז וואס מוללער האט געברענגט איז נישט גענוג צו באשולדיגן דעם פרעזידענט מיט סיי וואספארא אומלעגאלע אקט.
דאס קומט נאכדעם וואס פארלאפענעם פרייטאג – שושן פורים – האט ראבערט מוללער געענדיגט זיין כמעט צוויי-יעריגער אויספארשונג און איבערגעגעבן די באריכט פאר וויליאם באר. זינט דאן האט באר גוט שטודירט דעם באריכט און אפגעשריבן א סך הכל אין קורצן איבער דעם אזויגערופענעם “רוסלאנד-געיט” סקאנדאל, וואס האט באשולדיגט טראמפ פארן מיטארבעטן מיט רוסלאנד צו געווינען די וואלן אויף צווייפלהאפטיגע וועגן.
אין די ראמען פון דעם מוללער אויספארשונג זענען אריינגעגעבן געווארן קלאגעס קעגן 34 מענטשן, צווישן זיי דער געוועזענער קאמפיין פירער פון די טראמפ קאמפיין פאול מענעפארט; זיין ראטגעבער מייקל פלין און דריי רוסישע קאמפאניס. באזונדער זענען אריינגעגעבן געווארן קלאגעס קעגן 25 רוסן פארן זיך אריינמישן אין די וואלן און העקן די דעמאקראטישע הויפטקווארטירן קאמפיוטער’ס, און פארשפרייטן פאלשע באריכטן אין די מידיע.
אשאד אויף די געלט