אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

טוניזיער פרעמיער מיניסטער אין דזשערבא שוהל

טוניזיע – דער טוניזיער פרעמיער מיניסטער יוסאף טשאהאד איז געקומען צום דזשערבא אינזל, פאר א ספעציעלן באזוך אינעם ארטיגן היסטארישן גאריבא שוהל, פארלאפענעם דאנערשטאג ל”ג בעומר. אינעם גאריבא שוהל קומט יערליך פאר די ספעציעלע ל”ג בעומר פייערונג, וואו עס קומען זיך צוזאם אידן פון איבער גאנץ טוניזיע און פון איבער דער וועלט, און ליידער איז די פארזאמלונג שוין געווען א ציל פון טעראריסטן, וואס דעריבער האט דאס טוניזיער מיליטער צוגעשטעלט היי יאר צענדליגער זעלנער און פאליציי אפיצירן צו באוואכן דאס ארט. ביי זיין באזוך אינעם גאריבא שוהל, האט פרעמיער מיניסטער טשאהאד געזאגט, אז יעדער טוניזיער בירגער איז אייניג, און אפגעזען פון וועלכע רעליגיע מען שטאמט, איז פארהאן גלייכבארעכטיגונג און פרידן פאר יעדן.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.