ווירדזשיניע – אין א שטארקן קלאפ פאר’ן פראקוראר ראבערט מוללער, האט א פעדעראלער ריכטער פרייטאג געזאגט, אז ער איז נישט זיכער אז מוללער האט לעגאלע מאכט ארויסצושטעלן פינאנציעלע קלאגעס קעגן טראמפ’ס געוועזענעם קאמפיין טשעירמאן פאול מענעפארט. ריכטער טי-עס עליס האט דאס געזאגט ביי א הירינג אין בעפארברייטונג צום פראצעס קעגן מענעפארט, וואו ריכטער עליס האט ארויסגעברענגט, אז ער זעט נישט פארוואס מוללער זאל האבן די מאכט צו קענען ארויסשטעלן סיי וועלכע קלאגעס, ווייל ער איז גענומען געווארן אויסצופארשן בלויז די רוסלאנד אישו. ריכטער עליס, א רעפובליקאנער וועלכער איז געשטעלט געווארן דורך פרעזידענט רעיגען, האט אויך געזאגט, אז אים זעט אים, ווי מוללער האט סתם ארויסגעשטעלט די קלאגעס קעגן מענעפארט, ווייל ער וויל עווענטועל ארויסבאקומען אינפארמאציע פון מענעפארט קעגן פרעזידענט טראמפ.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
ביידען האט אויפגעטריבן מער געלט אין סעפּטעמבער
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.