לאקאל און נאציאנאל

קאליפארניע’ס נייע סאלאר געזעץ

לאס אנדזשעלעס – רעגירונג באאמטע אין קאליפארניע האבן נעכטן געמאלדן, אז אנגעהויבן אין יאר 020′, וועלן אלע נייע איין-פאמיליע הייזער און מולטי-פאמיליע געביידעס פון דריי שטאקן און נידריגער, מוזן האבן סאלאר פאנעלן אינסטאלירט אויף זיך, וואס דערמיט איז קאליפארניע געווארן די סאמע ערשטע סטעיט פאראויסצושטופן סאלאר פאנעלן אלס א רעגולאציע וואס יעדער וועט מוזן אויספאלגן ביים בויען נייע הייזער. קאליפארניע האט שוין ביז יעצט אויך געשפילט א הויפט ראלע אין דער פארשפרייטונג פון סאלאר באנוץ, לענגאויס די סטעיט איז פארהאן אזויפיל ווי 21 טויזנט מעגאוואטס פון סאלאר ענערגיע, און יעצט צייגט קאליפארניע אז זי גייט ווייטער מיט איר קאמפיין צו פארשפרייטן סאלאר, זייענדיג איינס פון די מערסט-ליבעראלע און קלימאט-טויש גלייבנדע סטעיטס אין אמעריקע.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.