לאקאל און נאציאנאל

העכערע גאזאלין פרייזן צוליב איראן דיעל

וואשינגטאן – אינדוסטריע עקספערטן זאגן אז מען קען דערווארטן העכערע גאזאלין פרייזן ביים פאמפ, אלס רעזולטאט פון טראמפ’ס באשלוס זיך ארויסצוציען פונעם איראן דיעל, וויבאלד דאס וועט שטארק איינצוימען די וועלט’ס אויל סופליי. איראן איז די דריט-גרעסטע אויל פראדוצירער צווישן די לענדער וואס זענען אנגעשלאסן אין “אפעק” (די ארגאניזאציע פאר לענדער וואס פראדוצירן אויל), און יעצט אז די אמעריקאנער סאנקציעס וועלן צוריקגעשטעלט ווערן, באדייט דאס אז פילע לענדער וועלן נישט האבן גענוג אויל. איראן פארקויפט היינט צוטאגס בערך איין מיליאן פעסלעך אויל א טאג, בלויז די זארג אז די איין מיליאן פעסלעך וועלן פעלן פון די אינטערנאציאנאלע סופליי, האט שוין געברענגט א פאניק, און אויל איז געשטיגן צו 77 דאלאר א פעסל, צום ערשטן מאל זינט יאר 14′.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.