אידישע נייעס

קאנאדע און די סט. לואיס שיף

אטאווע – דער קאנאדישער פרעמיער מיניסטער דזשאסטין טרודא האט נעכטן געמאלדן, אז די קאנאדישע רעגירונג וועט ארויסגעבן אן אפיציעלע און פארמאלע אנטשולדיגונג, פאר’ן אוועקדרייען און נישט אקצעפטירן א שיף אנגעפילט מיט אידישע פליטים, וועלכע האבן פרובירט צו אנטלויפן פון נאצי-דייטשלאנד אין יאר 939′. די געשיכטע פון דער סט. לואיס שיף איז איינע פון די מערסט-באקאנטע געשיכטעס איבער א דורכפאל פון אמעריקע, קאנאדע און אנדערע לענדער צו העלפן ראטעווען אידן פון די נאצישע נעגל, וואס א גרויסע פראצענט פון די אידן אויף שיף זענען טאקע צוריק אנגעקומען קיין אייראפע און אומגעקומען אין די טויט-לאגערן. יעצט וועט קאנאדע ארויסשטעלן איינמאל פאר אלעמאל א פולקאמע און אפיציעלע אנטשולדיגונג.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.