פון אלץ און אלעמען

טעסלא אונטער קריטיק נאך עקסידענט

יוטא – די טעסלא טעכנאלאגיע אויטא פירמע איז פריש אונטער קריטיק, נאכדעם וואס א טעסלא אויטא, וועלכע איז געווען אויסגעשטאט מיט דער פארגעשריטענער “אויטא-פילאט” טעכנאלאגיע, האט ווילד אריינגעקראכט אין א פייער טראק אין יוטא, ביי א שנעלקייט פון זעכציג מייל א שעה. דער קראך האט פאסירט פרייטאג ביינאכט ביי א טראפיק ליכט אין סאוט דזשארדען, יוטא, און דער דרייווער פונעם טעסלא אויטא איז שווער פארוואונדעט געווארן.

עס איז נישט קלאר צי דער דרייווער האט געהאט אנגעצונדן “אויטא-פילאט”, אבער אויב יא, וואלט דער קאר געדארפט פון זיך אליינס זיך אפשטעלן און נישט אריינקראכן אינעם פייער טראק, און דער פרישער קראך קומט בשעת די פעדעראלע אויטאריטעטן האבן שוין אן אנגייענדיגע אויספארשונג איבער טעסלא’ס אויטא-פילאט טעכנאלאגיע, צוליב א סעריע ענליכע אינצידענטן אין די לעצטע פאר חדשים.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.