פון אלץ און אלעמען

מאנגל אין נייע מעדיצין ערפינדונגען

וואשינגטאן – א שטודיע צייגט, אז צוליב וואס גרויסע פארמאסוטיקל פירמעס טוען זיך צוזאמשטעלן איינער מיט’ן צווייטן, מיט א ציהל צו פארגרעסערן זייערע בענעפיטן, לאזן זיך די גרויסע פירמעס ארויס פון פרובירן צו ערפינדן נייע מעדיצינען, נאר אנשטאט וועלן זיי ווייטער פראדוצירן די אלטע מעדיצינען וועלכע זענען שוין אויפן מארקעט, און פרובירן דורכדעם צו מאקסימיזירן זייערע בענעפיטן. די שטודיע איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך פראפעסארן פון יעיל יוניווערסיטי און די לאנדאן ביזנעס סקול, וועלכע האבן באטראכט גרויסע פארמאסוטיקל צוזאמשטעלונגען, און וואס די פירמעס האבן געטאן נאכ’ן ווערן צוזאמגעשטעלט. זיי שאצן אז קומענדיגן יאר וועט מיט 5 פראצענט ווייניגער נייע מעדיצינען זיין עוועילעבל, אלס דירעקטע רעזולטאט פון די גרויסע צוזאמשטעלונגען.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.