וואשינגטאן – פרייטאג איז ארויסגעקומען דער מאנאטליכער דזשאבס באריכט, און עס האט געצייגט גאר גוטע ציפערן (לייענט ביי “אמעריקאנער נייעס”), אבער מער מידיא אויפמערקזאמקייט האט באקומען דער פאקט, אז פרעזידענט טראמפ האט מער ווי א שעה בעפאר דער באריכט איז ארויסגעקומען, שוין געשריבן אויף טוויטער אז ער קוקט ארויס צו זען די דזשאבס ציפערן. דער סטאק מארקעט האט דאס אנגענומען אלס סיגנאל אז די דזשאבס ציפערן גייען זיין גאר גוט, און דעריבער האבן זיך די מארקעטס שטארק געהויבן באלד נאך טראמפ’ס מעסעדזש. עס איז אבער אנגעצייגט געווארן אז טראמפ האט דערמיט פארלעצט א 985′ געזעץ, וועלכע פארבאט סיי וועלכן רעגירונג איינגעשטעלטן פונעם עקזעקוטיוון פליגל, ארויסצוגעבן אינערליכע אינפארמאציע פריצייטיג.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
ביידען האט אויפגעטריבן מער געלט אין סעפּטעמבער
דזשאו ביידען האט אפציעל אנאנסירט זיין קאנדידאטור פאר...
סעודי אראביע האט געהעקט די פריוואטע פאון פון דזשעף...
באריכט געבט אן: רוסלאנד האט געשיקט 2 עראפלאנען מיט 100...
מוללער אויספארשונג פארטיג – קיין באווייז אויף...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.