לאקאל און נאציאנאל

קעלי און טראמפ  טאלערירן זיך נישט

וואשינגטאן – א פרישער באריכט, ערשינען אין “פאליטיקא”, ברענגט נאך פון ווייסע הויז קוועלער, אז די באציאונגען צווישן פרעזידענט טראמפ און זיין שטאב הויפט דזשאן קעלי, זענען שטארק אפגעקילט, און אז די צוויי טאלערירן זיך נישט איינער דעם אנדערן.

דער באריכט שילדערט וויאזוי קעלי און טראמפ רעדן כמעט נישט איינער מיט’ן צווייטן, און וויאזוי קעלי זאגט פאר זיינע ארומיגע, אז ער האט אויפגעגעבן צו פרובירן צו קאנטראלירן פרעזידענט טראמפ’ס נעגאטיווע נייגונגען.

קעלי זאגט אויך, אז עס גייט אים שוין בכלל נישט אן, אויב פרעזידענט טראמפ פארוויקלט זיך אליינס אין א סקאנדאל וואס ברענגט עווענטועל זיין אימפיטשמענט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.