אהייא – העכער הונדערט ארבעטער זענען ארעסטירט געווארן נעכטן ביי א שלאכטהויז אין אהייא, ווען פעדעראלע אגענטן זענען דארטן איבערגעפאלן, אלס רעזולטאט פון אן אויספארשונג וואס גייט שוין אן פאר א יאר צייט.
די אויספארשונג איז געווען איבער דעם וואס דער שלאכטהויז האט געהאט אויפגענומען גאר א סאך ארבעטער וועלכע זענען אומלעגאלע אימיגראנטן און האבן גענוצט פאלשע אידענטיטעטן צו באקומען זייערע דזשאבס. דער נעכטיגער איבערפאל און ארעסטן, איז שוין געווען די צווייטע גרויסע אימיגראציע איבערפאל אין אהייא אין בלויז צוויי וואכן, נאכדעם וואס 114 זענען ארעסטירט געווארן צוויי וואכן צוריק ביי א לענדסקעיפינג פירמע אין די סטעיט.