וואשינגטאן – אינמיטן דער גאנצע דראמא ארום דעם אימיגראציע קאמף, ווען פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער צוריקצודרייען זיין פאליסי, אז מען זאל מער נישט אפטיילן קינדער פון זייערע עלטערן ביי דער גרעניץ, האבן דעמאקראטן פארפירט און געשריגן, אז מיט’ן אונטערשרייבן דעם ארדער, איז טראמפ ממש ווי אליינס מודה, אז ער איז א ליגנער.
די דעמאקראטן האבן אנגעצייגט אויפ’ן פאקט, אז ביז נעכטן האט טראמפ געשריגן, אז ער האט נישט די לעגאלע מאכט צוריקצוציען פון די פאליסי, נאר קאנגרעס מוז דורכפירן א ביל איבער דעם – און דא איז ער געגאנגען און געהעריג אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער אפצושאפן די פאליסי.
עס איז א באוויסטע אויסשפראך אויף א פערזאן וואס פארלירט א שפיל און הייבט אהן שרייען אז די געווינער איז א ליגענער אדער אז ער האט נישט געשפילט גלאך רופט מען אין ענגליש א “סו לוזער”.
די זעלבע זעהט מען ביי די דעמאקראטן אין די לעצטע חדשים, זייט די “טראמפ” אדמינעסטראציע’ס אנקעטעס האבן אהנגעהויבן ארויפגיין און אזוי ווי די לעצטע אנקעטעס ווייזן אויף א שטארקע רעפאבליקאנער געווינס אין די נאוועמבער מידטירם עלעקטשינס, האבן די דעמאקראטן אהנגעהויבן שפילן “סו לוזער” אין וואס זעהט אויס ווי א לעצטע פריוו צוריק צו כאפן די אמעריקאנער המון אויף די דעמעקראטישער זייט קעגן די “טראמפ אמעריקע”.
אבער ביים שפילן “סו לוזער” קען מען עס אויך שפילן צוויי וועגן, מען קען עס שפילן אויף א ערוואקסאנע וועג אדער אויף א קינדערעשע וועג, און די וועג וואס די דעמאקראטן שפילן יעצט איז זייער קינדעריש און אראפגעקיקט, אריינגערעכענט אראפרייסן די שלום אפמאך מיט צפון קאריע און אפילו א בארימטע דעמאקראט וואס האט געסטראשעט צו הארגענען פרעזידענט טראמפ’ס יונגסטע זוהן “בארען” אלס נקמה פארן צוטיילן קינדער פון אימליגאלע אימיגיראנטן וואס קומען אריין אין לאנד פון זייערע עלטערן.
און קלאהר צו שטעלן מיין מיינונג איך קום נישט בארעכטיגן דאס צוטיילן קינדער פון עלטערן אדער אנדערע קאנטיווירסיאלע שריט פון די טראמפ אדמיניסטראציע, אבער די וועג וואס די דעמעקראטן פראבירן זיך צוריק צו שלאגן מיט איז זייער קינדעריש און נישט פאסיג פאר א פארטיי וואס דארף צו זיין “פוליטיקלי קארעקט”.