אין גינסטיגע נייעס פאר פרעזידענט טראמפ, האט די סופרים קארט היינט באשטעטיגט אז טראמפ’ס טרעוול פארבאט אויף געוויסע מוסלעמענע לענדער איז לעגאל.
דאס איז איינע פון די גרעסטע געווינסן וואס דער פרעזידענט האט עררייכט, נאכדעם וואס ער האט שוועריקייטן מיט דאס מערהייט פון זיינע געזעצן, וועלכע ווערן געאורטיילט אלס אומלעגאל אין איינע פון די פארשידענע פעדעראלע געריכטן.
באלד נאכדעם וואס דער אורטייל איז ארויסגעקומען, האט דער פרעזידענט ארויסגעשיקט א טוויט וואו ער טריאומפירט זיין זיג, און גראטולירט דעם אורטייל זאגנדיג אז דאס איז א “געווינס פארן אמעריקאנעם באפעלקערונג און פארן קאנסטעטוציע”.
דער אורטייל ברענגט ארויף זארג ביי פארשידענע מוסלעמענער לענדער, אז מיט דעם געווינס וועט פרעזידענט טראמפ קענען צולייגן פרישע לענדער צו זיין ליסטע וועלכע וועט פארבאטן זייערע בירגער אריינצוקומען קיין אמעריקע, וויבאלד זיי ווערן באטראכט דורך די טראמפ אדמיניסטראציע אלס ראדיקאלע מוסלעמענע לענדער וועלכע ברענגען מיט זיך א טעראר געפאר.