איראן – טויזנטער האבן זיך נעכטן פארזאמלט אויף די גאסן פונעם איראנער הויפטשטאט טעהראן, צו פראטעסטירן קעגן דעם ארטיגן איסלאמישן רעזשים, נאכדעם וואס די ווערד פון די ריאל, די איראנער וואלוטע, איז שטארק געפאלן, צוליב דער געפלאגטער עקאנאמיע און צוריקגעשטעלטע אמעריקאנער סאנקציעס.
די פראטעסטירער האבן געשריגן “טויט צו פאלעסטינע! העלפט אונז, נישט עזה!”, וואס אנאליסטן זאגן אז דאס קומט אלס רעזולטאט פון דעם וואס עס הייבט זיך אן צו קאכן א קעגנערשאפט צו דעם רעזשים’ס אקטיוויטעטן ארויסצוהעלפן כיזבאלא און אנדערע אויסלענדישע ארגאניזאציעס, אין דער צייט וואס די בירגער ווערן איגנארירט.
מ’האט געזען די פראטעסטירער אין די גאסן אין צענטראל טעהראן, אין שאפינג צענטערן לענגאויס דער שטאט, און פארנט פון דער פארלאמענט געביידע, וואו די פראטעסטירער האבן זיך געשלאגן מיט די זיכערהייט קרעפטן. איין באריכט צייגט אז די פראטעסטירער האבן געזאגט פאר פאליציי אפיצירן, אז זיי זאלן זיך אנשליסן אין די פראטעסטן, ווי איידער פרובירן עס אפצושטעלן.