מאסקווע – די טראמפ אדמיניסטראציע און די רוסישע רעגירונג האבן דערגרייכט א פארשטענדעניש און שוין אפגעשמועסט די גענויע דעטאלן און ארט, פאר א סאמיט צווישן פרעזידענט טראמפ און וולאדימיר פוטין.
דאס אויסארבעטן די דעטאלן פונעם סאמיט איז געווען איינס פון די זאכן פאר וועלכע טראמפ’ס נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער דזשאן באלטאן איז געפלויגן קיין מאסקווע, אפצושמועסן און אויסארבעטן די דעטאלן.
באלטאן האט זיך אויך געטראפן אין מאסקווע מיט’ן רוסישן פרעזידענט, פירנדיג געשפרעכן מיט דער האפענונג אנצואווארימען די קאלטע באציאונגען.