טעהראן – דער איראנער פרעזידענט כאסאן רוכאני זאגט, אז ער האט געשיקט פאר פראנקרייך, דייטשלאנד און ענגלאנד, א ליסטע פון פארשידענע פארלאנגען וואס די איראנער רעגירונג וויל אז אייראפע זאל נאכקומען, אויב ווילן די אייראפעאישע לענדער אז איראן זאל מסכים זיין צו פארבלייבן אינעם נוקלעארן אפמאך.
באזונדער האט רוכאני געגעבן א פרישע רעדע פאר’ן איראנער פאלק, זאגנדיג אז זיי זאלן זיין גרייט פאר מעגליכע שווערע צייטן, אבער “מיר וועלן אלעס דורכלעבן, און מיר וועלן זיך קיינמאל נישט אונטערגעבן פאר אמעריקע”.