וואשינגטאן — דער לאנגיעריגער סופרים קאורט ריכטער ענטאני קענעדי, האט נעכטן געמאלדן אז ער וועט רעטייערן פון זיין פאזיציע, וואס דערמיט עפנט זיך א מעגליכקייט פאר פרעזידענט טראמפ צו נאמינירן א נייעם ריכטער צום סופרים קאורט, און פארזיכערן אז דאס געריכט פארבלייבט מיט א מאיאריטעט קאנסערוואטיווע ריכטער.
ווי נאר קענעדי האט געמאלדן זיין רעטייערמענט, האבן דעמאקראטן אנגעהויבן פארפירן אז דער סענאט זאל נישט שטימען אויף קיין נייעם ריכטער, נאר ווארטן ביז נאך די מידטוירם וואלן אין נאוועמבער – זאגנדיג אז ביי אבאמא אין יאר 16′, ווען אבאמא האט געהאט א שאנס אנצופילן א סופרים קאורט זיץ, האבן די רעפובליקאנער געזאגט אז מ’זאל נישט שטימען אויף א נייעם ריכטער אין א וואל יאר.
די רעפובליקאנער האבן אבער נעכטן קלארגעשטעלט, אז זיי וועלן יא פאראויסגיין מיט’ן באשטעטיגן א נייעם ריכטער צום סופרים קאורט, היי יאר אין הערבסט, נאך איידער די נאוועמבער וואלן. אצינד ווארט מען אויף פרעזידענט טראמפ, אז ער זאל מעלדן וועמען ער נאמינירט פאר’ן סופרים קאורט, און די דערווארטונג איז גאר גרויס.