פארגאנגענע וואך האבן שטאטישע קאנסטרוקציע ארבייטער אין שטאט לעמבערג איבערגעמאכט א שאסיי, און צו זייער שאק אויפגעדעקט אז דער אלטער שאסיי איז גאר אויסגעפלאסטערט פון אלטע מציבות, טייל פון זיי איבער הונדערט יאר אלט, און עס איז אויפגעקריצט דערויף אידישע אותיות.
די שטאטראט האט באלד איינגעמאלדן פאר די אידישע קהלה איבער די געפינס, און די קהלה האט באלד אויפגעטריבן א גרויסע צאל וואלונטירן, וואס זאלן דאס אויסגראבן פון אונטער דער ערד, און עס אריבערפירן צום אידישן בית עלמין.
היינט דאנערשטאג איז די פערטע טאג פון די ארבעט, און טראץ וואס עס איז דא אויפן גאס א שלאקס רעגן, טוען די וואלונטירן פארזעצן מיט די ארבעט.
ווי עס דערציילן לאקאלע אידן, איז דאס נישט די ערשטע מאל וואס מען טרעפט אידישע מציבות דורכאויס קאנסטרוקציע ארבעט. לויט ווי א לאקאלער איד פארציילט פאר די ארטיגע פרעסע, איז דאס שיריים פון די צווייטע וועלט קריג. “אין לעמבערג האבן געוואוינט זייער אסאך פון די געסטאפא, וואס האבן געצווינגען אונזערע זיידעס אויסצורייסן מציבות, און דערמיט אויספלאסטערן די שטאט”.