איבער די וועגן פון אייראפע זעהט זיך אפט א אונטערסאנטע סצענע. א קארעטע גאלאפירט מיט אן אויסטערלישע שנעלקייט, בעת דער בעל עגלה איז פארזונקען אין א טיפן שלאף. די פערד בלאנזשען אבער נישט, ווען ס’קומט צו א שייד-וועג ווערן זיי נישט פארלוירן, זיי ווייסן פונקטליך וואו זיי דארפן צו גיין. דער וואגן פליהט דורך וועלדער און דערפער, שטעט און שטעטלעך אין אן אויגנבליק.
אין וואגן זיצט דער הייליגער בעש״ט, און דער שלאפנדער בעל עגלה איז ׳אלעקסיי׳ דעם בעל שם טוב’ס בעל עגלה וואס איז שוין געוואוינט צו די סארט נסיעות.
געווען איז דאס אין א דאנערשטאג, ווען דער בעש״ט הק׳ האט זין־ ארויסגעלאזט אין וועג פון די שטאט בראד צו די שטאט פויזנא אינאיינעם מיט א אינגערמאן וועלכע איז געווען אן איידעם ביי א חשובע גביר אין די שטאט בראד, וואו דער בעש”ט איז איינגעשטאנען אין אנהויב פון זיין התגלות. ווען דער בעש״ט הק׳ האט געפרעגט דעם אינגערמאן צו ער וויל אפשר מיטקומען מיט אים קיין פויזנא ווייל ער פלאנט א נסיעה אהין, האט דער אינגערמאן וועלכער שטאמט פון די שטאט פויזנא זיך באלד צוגעכאפט צום בעש״ט’ס פאָרשלאג מיטצופארן מיט אים קיין פויזנא, ער האט שוין דריי יאר נישט געזען זיינע עלטערן, און ער ווארט שוין קוים זיך צו קענען טרעפן מיט זיי.
דער אינגערמאן איז געגאנגען פרעגן זיין שווער צי ער קען מיטפארן מיטן בעש״ט, דער שווער וועלכער האט שוין געקענט דעם בעש״ט – כאטש דער בעש״ט האט נארוואס אנגעהויבן נתגלה צו ווערן – האט גענטפערט: “אוודאי איז גוט צו פארן אינאיינעם אויפין וועג מיט אזא הייליגן מאן, און דו וועסט געוויס זעהן אויפן וועג וואונדערליכע זאכן פון נפלאות הבורא, ווייל זיינע נסיעות זענען נישט אומזינסט, נאר פאר געהויבענע צוועקן”.
ווי נאר די וואגן איז ארויסגעפארן פון בראד איז דער אינגערמאן פארוואונדערט געווארן צו זעהן ווי אלעקסיי בינדט צו די לייצעס צום וואגן און די פערד נעמען זיך לויפן אליינס, די פערד זענען תיכף אראפ פון שטראז, און אוועק אויף אומבאקאנטע וועגן, דער אינגערמאן האט גענומען שרייען א דערשראקענער צום בעש״ט: “רבי, מיר בלאנדזשען דא, ווער ווייסט וואו מיר וועלן אנקומען”.
דער בעש”ט האט זיך צושמייכלט, און געזאגט: “די פערד ווייסן וואו זיי גייען, מען דארף זיי נישט פירן”.
אזוי לויפן די פערד אין ווילד פרעמדע וועגן, וואו מען זעהט נישט קיין נברא פאר די אויגן. און דער אינגערמאן זיצט אינגאנצן פארוואונדערט פון די וואונדערליכע סצענע.
נאנט צו צייט פון מנחה האבן די פערד זיך אפגעשטעלט ביי א פלאץ ווי עס זענען געוואקסן הויכע גראזן וואס דערגרייכן די הייעך פון א מענטש, די פנים פונעם הייליגן בעש״ט איז פארפלאמט געווארן מיט א מורא׳דיגע דביקות אז עס איז געפאלן א שרעק אויף דעם אינגערמאן.
דער בעש״ט האט אויפגעוועקט דעם בעל עגלה, און באפוילן “נעם דעם טעפל און גיי אויפזוכן א קוואל וואסער צווישן די גראזן”. נאך א לאנגע צייט זוכן איז אלעקסיי צוריקגעקומען מיט א טעפל אנגעפולט מיט וואסער, דער בעש״ט האט געמאכט א ערליכע ברכה מיט א געוואלדיגן דביקות און געטרינקן פון די וואסער און האט אויך געגעבן דעם אינגערמאן צו טרינקן אנזאגנדיג אים צו מאכן א ברכה מיט גרויס כוונה, און דער בעש״ט מיט דעם אינגערמאן האבן געדאווענט מנחה.
דערנאך האט דער בעש״ט געזאגט צום בעל עגלה ער זאל זיך צוריקגיין אויף זיין פלאץ אינעם וואגן, אלעקסיי איז ווידער איינגעשלאפן און די פערד זענען ווייטער געלאפן איבער אומבאקאנטע וועגן, וואס ווי עס זעהט אויס האט נאך קיין מענטש נישט באטראטן דעם באדן.
די נאכט האט שוין גענומען צופאלן, עס איז שוין דאנערשטאג נאכט, דער אינגערמאן וועלכער האט געוואוסט אז דער וועג ביז פויזנא נעמט א שיינע פאר טאג האט אנגעהויבן ווערן אומרואיג ווייל אויפן וועג האט ער נישט געזעהן קיין שום ישוב, און האט גענומען זארגן אז מען וועט דארפן פראווען דעם שבת אין א פוסטן פעלד.
דער אינגערמאן האט געפרעגט דעם בעש״ט מיט צער: “רבי, וואו גייען מיר זיין אויף שבת?” זאגט דער בעש״ט: “דו ווייסט נישט אז מיר פארן קיין פויזנא, דארט גייען מיר אי״ה זיין דעם שבת קודש״.
דער אינגערמאן האט זיך זייער געוואונדערט, ווי קען דאס זיין? זייענדיג פון אלס קינד אין פויזנא האט ער גוט געקענט דעם גאנצן געגנט מיט אלע דערפער און שטעט פון צענדליגע מיילן ארום, און דא זעהט ער נישט קיין זכר פון קיין באוואוינטע ערטער, ווי קען דאס זיין אז מען איז שוין נאנט צו די שטאט פויזנא?
ארום פויזנא איז דאך דא אסאך שטעט און דערפער און דא פארט מען ביז דערווייל אין ליידיגע אומבאוואוינטע ערטער. עס האט אים אנגעפאנגען באנג טאן די גאנצע נסיעה, ווייל ער האט מורא געהאט אז ער וועט דארפן האלטן שבת אין א פוסטן פעלד, און היות ער איז געווען א גביר’יש קינד און א איידעם ביי א גביר איז ער אוודאי נישט געווען געוואוינט צו אזעלעכס.
דער בעש״ט מיטן אינגערמאן האבן געדאווענט מעריב, און א גאנצע נאכט זענען די פערד ווייטער געלאפן, און ווען דער פרימארגן האט אויפגעשיינט האבן זיך די פערד אפגעשטעלט, דער בעש״ט האט זיך דאן געשטעלט דאווענען שחרית מיט א גרויס דביקות, נאכן דאווענען זענען די פערד ווייטער געלאפן פון זיך אליינס.
ווען עס איז געווארן פרייטאג מיטאג האט דער אינגערמאן נאכאמאל געפרעגט דעם בעש׳׳ט: ״עס קומט שוין באלד שבת, און וואו גייען מיר דא פראווענען דעם שבת?” זאגט אים דער בעש״ט: “מיר גייען זיין אין פויזנא אויף שבת”. דער אינגערמאן האט נישט פארשטאנען וואס דער הייליגער בעל שם טוב זאגט איהם, ווייל עס איז שוין צוויי שעה צו שבת, און ער זעהט זיך נישט דערווייל קיין שום ישוב פאר די אויגן.
פלוצלינג האט ער דערזעהן פונדערווייטנס א דארף. ער האט זיך שטארק דערפרייט אז זיי וועלן כאטש קענען דא זיין אויף שבת און נישט דארפן זיין שבת אין א פעלד אונטערן הימל, די פערד זענען געלאפן ביזן עק דארף, דארט האבן זיי זיך אפגעשטעלט ביי אן אלטע חרוב’דיגע הויז, און דער אינגערמאן האט געמיינט אז דא וועלן זיי פראווען דעם שבת.
דער בעש״ט מיטן אינגערמאן זענען אראפ פון וואגן און זענען אריין אין די הויז. זיי האבן דארט געזעהן א עלטערער איד וועלכער איז פול מיט וואונדן פון קאפ ביז פיס.
ווי נאר דער בעש״ט האט געעפנט די טיר איז דער אלטער אנטקעגן געלאפן מיט א געוואלדיגע שמחה, און האט געזאגט שלום עליך רבי ומורי, דער בעש״ט האט אים אויך באגריסט מיט א געוואלדיגע שמחה. דערנאך זענען זיי אריין אין א אנדערן צימער וואו זיי האבן גערעדט צווישן זין פאר בערך א האלבע שעה.
דערנאך זענען זיי ארויסגעקומען פון צימער, און האבן זיך געזעגנט איינער פון צווייטן מיט א געוואלדיגע ליבשאפט. דער בעש״ט מיט דעם אינגערמאן זענען צוריק אריין אין וואגן, און די פערד האבן ווייטער געפירט דעם וואגן אזוי ווי זייער שטייגער.
א קורצע צייט נאנט צו שבת דערזעהט דער אינגערמאן פונדערווייטנס די שטאט פויזנא מיט אלע הייזער, ער זעהט אפילו זיין עלטערן׳ס הויז. און ער האט זיך גאר שטארק דערפרייט.
זאגט דער בעש״ט צו אים: “נו, ב״ה מיר זענען שוין דא נעבן די שטאט פויזנא, אבער ביי דיינע עלטערן׳ס הויז ווייס איך נישט צי עס וועט אויסקומען צו קענען גיין”.
* * *
אין צענטער פון שטאט פויזנא איז געווען א גאס מיטן נאמען “שולער גאס”. דארט זענען געווען די אוניווערזיטעטן, און די גאס איז אלץ געווען פול מיט סטודענטן, וואס פלעגן קומען שטודירן ביי די פראפעסארן.
אין דעם גאס האט זיך א איד נישט געוואגט אריינצוטרעטן. עס איז געווען באוואוסט א פאל, וואס א איד האט בטעות אריינגעבלאנדזשעט אין דעם “שולער גאס”, און די סטודענטן האבן אים באווארפן מיט שטיינער, ביז ער איז נעבעך אומגעקומען אויפן פלאץ.
איין אויסנאם איז געווען א אידישער שניידער וואט פלעגט אויפנייען די קליידונג פאר די סטודענטן, אים האט מען נישט געטשעפעט, ווייל זיי האבן געדארפט צוקומען צו אים. ער האט דארט געוואוינט, אינאיינעם מיט זיינע ארבייטער, די שניידער-יונגען, און אין אט דער “שולער גאס” איז אריינגעפארן דער וואגן פונעם בעל שם טוב הקדוש.
פאר דעם אינגערמאן איז באפאלן א טויט שרעק, ווען ער זעהט ווי די פערד רייטן רואיג אריין אין דעם “שולער גאס” דערצו איז די גאס פונקט געווען פול מיט סטודענטן. דער אינגערמאן האט א דערציטערטער געזאגט פארן בעש״ט: “רבי מיר מוזן אוועקגיין פון דא, מיר זענען דא אין א גרויסע סכנה, זיי קענען אונז ח״ו פארשטיינערן”.
האט דער בעש״ט איהם געזאגט: “דארפסט זיך נישט זארגן עס וועט נישט פאסירן קיין שום שלעכטס, דער אויבערשטער וועט אונז אפהיטן פון אלעם בייזן”.
ווען די סטודענטן האבן געזעהן ווי א וואגן מיט אידן פארן רואיג אין זייער גאס, זענען זיי געווארן אנגעצינדן מיט שנאת ישראל, און האבן גענומען צוזאמקלויבן גרויסע שטיינער צו ווארפן אויפן וואגן. דער אינגערמאן וואס האט דאס צוגעזעהן איז געווארן אינגאנצן דערציטערט.
אינדערצווישן האט זיך דער וואגן אפגעשטעלט ביים הויז פון דעם שניידער, דער שניידער מיט זיינע ארבייטער זענען ארויסגעקומען מיט גרויס פחד, און דער בעש”ט האט אים געפרעגט אויב ער קען דא איינשטיין אויף שבת.
זאגט דער שניידער: “זייער גערן, אבער ס׳איז דאך א שרעקליכע סכנה, די ערלים ווילן דאך אייך הרג׳נען” זאגט דער בעש״ט: “נישט געזארגט, עס וועט מיטן אויבערשטנס הילף גארנישט פאסירן”.
דער בעש״ט האט דאן אויפגעוועקט דעם בעל עגלה וועלכער האט אריינגעברענגט די געפעק אינעם שניידער׳ס הויז. און דער בעש״ט מיטן אינגערמאן זענען אריין אין הויז.
עס איז דאן געווען די צייט צו דאווענען מנחה פון ערב שבת האט דער בעש”ט געפרעגט דעם שניידער אויב עס איז דא מנין, דער שניידער מיט זיינע געהילפן אינאיינעם זענען געווען אכט מענטשן, און מיטן בעש”ט און דער אינגערמאן איז געווען פונקט צען אידן פאר מנין.
דער אינגערמאן האט דאן געזעהן אז צוליב צוויי טעמים וועט ער נישט קענען גיין צו זיינע עלטערן אויף שבת, ערשטנס, די גרויסע פחד וואס איז געווען צו גיין אין די “שולער גאס” צווייטנס, מוז ער בלייבן דא כדי עס זאל בלייבן מנין צום דאווענען.
דער בעש״ט האט זיך געשטעלט דאווענען מיט א געוואלדיגן התלהבות, וואס האט אינגאנצן באנומען אלע אנוועזנדע. אויך דעם אינגערמאן האט אנגעכאפט א ציטער פון די גרויסע עבודה. כאטש ער האט שוין געזען דעם בעש”ט דאווענען אין זיין שווערס הויז, אבער אזא פייערדיגע עבודה מיט אזא געוואלדיגע התלהבות און דביקות האט ער נאכנישט געזעהן.
דערווייל איז אנשטאנען אויף די גאס א גרויסע מהומה, די סטודענטן זענען זיך צוזאמגעלאפן צום שניידערס הויז מיט א שרעקליכן צארן: אזאנס, א איד זאל זיך וואגן דא אריינצוקומען!? מיט גרויסע שטיינער אין די הענט האבן זיי ארומגענומען דעם שניידערס הויז, די שטוב מענטשן איז באפאלן א גרויסן פחד, און דער שניידער האט געזאגט פארן בעש”ט די מצב וואס דא גייט פאר.
דער בעש״ט איז צוגעגאנגען און האט זיך געשטעלט ביים טיר, ווי נאר ער האט גענומען קוקן אויף די גוים איז זיי באפאלן אזא שרעק אז די נשמה איז זיי שיעור ארויסגעפלויגן. פאר גרויס פחד זענען זיי אלע אראפגעפאלן אויף דער ערד.
זיי האבן זיך באלד אויפגעשטעלט און אנטלאפן פון דארט מיט גרויס שרעק, ביז זיי זענען אנגעקומען צום גרויסן פראפעסאר. ווען דער פראפעסאר האט געזעהן די סטודענטן קומען צולויפן אינגאנצן דערציטערט בלאס ווי די וואנט, האט ער זיי געפרעגט וואס עס גייט פאר, האבן זיי אים אלעס פארציילט.
דער פראפעסאר איז געווען א גרויסער געלערנטער אין פארשידענע חכמות, און האט אויך געקענט לשון הקודש, און האט אפילו געקענט גמרא. האט ער געטראכט אז ער מוז גיין זעהן ווער איז דער איד וואס די סטודענטן זענען פון אים אזוי דערציטערט געווארן, ״אדער איז ער א גרויסער כישוף מאכער אדער איז ער א הייליגער מאן”.
דער פראפעסאר איז תיכף געגאנגען צום שניידערס הויז, און האט געטראפן ווי דער בעש”ט האלט אינמיטן דאווענען קבלת שבת מיט א געוואלדיגן התלהבות. דער פראפעסאר האט זיך געשטעלט קוקן אויפן הייליגן בעל שם טוב און האט נישט אראפגענומען פון איהם קיין אויג, אזוי איז ער געבליבן שטיין די גאנצע צייט פון דאווענען און דערנאך ביי די סעודה ביז נאכן בענטשן, דער בעש״ט האט גארנישט גערעדט מיטן פראפעסער און האט בכלל נישט געקוקט אויף אים.
נאכן בענטשן האט דער פראפעסאר געבעטן דעם שניידער אז אינדערפרי ווען זיין גאסט וועט זיך גרייטן צו דאווענען שחרית זאל ער אים מודיע זיין.
שבת אינדערפרי ווי נאר דער בעש״ט האט זיך געגרייט צו שטעלן דאווענען האט דער שניידער געשיקט מודיע זיין פארן פראפעסאר, דער פראפעסאר איז באלד אריבערגעקומען, און איז ווייטער געבליבן שטיין א גאנצן דאווענען, נישט אראפנעמענדיג קיין אויג פון בעש״ט.
נאכן דאווענען האט דער בעש”ט געגעסן די סעודה, און דער פראפעסאר איז געבליבן שטיין ביז נאכן בענטשן. די גאנצע צייט האט דער פראפעסאר געקוקט אויף די הייליגע צורה פונעם בעש”ט מיט א געוואלדיגע אינטערעס, און דאס האט ארויסגערופן א גרויס וואונדער ביי אלעמען.
נאכן בענטשן האט דער פראפעסאר נאכאמאל געבעטן דעם שניידער, ער זאל אים מודיע זיין ווען מען גייט דאווענען מנחה.
ביי מנחה איז דער פראפעסאר ווידער אנגעקומען, און געקוקט די גאנצע צייט. ביי שלש סעודות האט דער בעש”ט הקדוש געזאגט תורה מיט גרויס דביקות, די תורה איז געווען גאר א וואונדערליכער דרוש, און צו אלעמענס וואונדער האט דער פראפעסאר זיך איינגעהערט צו דעם דרוש מיט גרויס ערנסטקייט, ווייל ער איז געווען א גרויסער געלערנטער און גוט געקענט לשון הקודש.
נאכן בענטשן האט דער בעש”ט געדאווענט מעריב און געמאכט הבדלה, און דער פראפעסאר איז געשטאנען און געקוקט אויפן בעש״ט ביז נאך הבדלה. אבער דער בעש״ט האט גארנישט גערעדט מיט אים און האט ניטאמאל געקוקט אויף אים.
נאך הבדלה האט דער בעש”ט געזאגט צו אלעקסיי ער זאל איינשפאנען די פערד און וואגן, און זיי זענען צוריקגעפארן ווי זייער שטייגער מיט קפיצת הדרך, אויפן וועג צוריק קיין בראד.
* * *
דער אינגערמאן איז געווען זייער איבערגענומען פון אלעם וואס ער האט מיטגעלעבט די לעצטע פאר טעג, אבער ער האט נישט פארשטאנען די געהויבענע עבודה פונעם בעל שם טוב הקדוש וואס עס איז געווען דער צוועק פון די יעצטיגע נסיעה.
האט ער זיך געוואנדן צום בעש״ט און געזאגט: ״הייליגער רבי, דער רבי ווייסט דאך אז איך בין מיטגעקומען אויף די נסיעה ווייל איך האב זיך געבענקט צו מיינע עלטערן און געשוויסטער, אצינד נאך די גאנצע טירדה פונעם וועג, האב איך דערצו נישט זוכה געווען, פארקערט גאר, איך האב נאך געזעהן פונדערווייטנס זייער הויז, דאס האט אין מיר אנגעצינדן א פיל גרעסערן בענקעניש, און איך האב נישט געקענט גיין צו זיי״.
״איך וויל כאטש בעטן איין זאך פונעם רבין און דאס וועט זיין מיין שכר פארן זיך מוטשען מיט א וועג וואס איך האב נישט פארדינט דערפון, איך בעט אז דער רבי זאל מיר מגלה זיין דריי זאכן. איינס, “וואס איז געווען די סיבה פון זיך אפשטעלן טרינקן וואסער צווישן די הויכע גראזן, דאס איז געוויס נישט געווען א פשוטע זאך”. צווייטנס, “ווער איז געווען דער אלטער איד אין דעם חרוב׳דיגע הויז וואס האט זיך אזוי געפרייט צום רבין. דריטנס, “וואס איז געווען דער ציל פון פארברענגן דעם שבת אין פויזנא אינעם שניידערס הויז.”
זאגט אים דער בעש״ט: ״די ערשטע צוויי זאכן וועל איך דיר יעצט מגלה זיין, און די דריטע זאך, דער ציל פונעם שבת אין פויזנא, וועסטו מיט די צייט געוואויר ווערן״.
“אין דעם פלאץ צווישן די הויכע גראזן, ווי מיר האבן זיך אפגעשטעלט צו טרינקן וואסער ליגן באערדיגט צוויי אידן וואט האבן פארבלאנדזשעט אויפן וועג און זענען אומגעברענגט געווארן דורך רויבער, שוין עטליכע יאר וואס זייערע נשמות האבן נישט געקענט ארויפגיין צו זייער מקום מנוחה און אצינד אז מיר האבן געמאכט דארט א ברכה מיט כוונה האבן זייערע נשמות געהאט א תיקון און געקענט ארויפגיין”.
די צווייטע זאך זעצט דער בעש״ט פאר “איבער דעם אלטן איד, וועל איך דיר מסביר זיין. אין יעדן דור קומט אראפ די נשמה פון משיח אויף די וועלט אינעם גוף פון א צדיק, און אויב דער דור איז זוכה אז משיח זאל קומען אין זייער צייט, ווערט דער צדיק נתגלה, און אויב ח”ו נישט דארף ער נסתלק ווערן”.
״דער אלטער איד איז געווען די נשמה פון משיח צדקינו אין דעם דור, און ער האט זייער געוואלט איך זאל ביי אים בלייבן איבער שבת, אבער היות איך האב געזעהן אז ער דארף נסתלק ווערן שבת ביי שלש סעודות בין איך דעריבער נישט געבליבן ביי אים כדי נישט צו האבן א צער אום שבת קודש.”
“די דריטע זאך” האט דער בעש”ט אויסגעפירט “וואס איז געווען דער ציל פון שבת אין פויזנא, דאס וועסטו שוין מיט די צייט געוואויר ווערן”.
* * *
יארן זענען אריבער, דער אינגערמאן איז ווייטער געזיצן און געלערנט מיט גרויס התמדה אסאך יאהרן נאך זיין חתונה. אין א צייט האט ער באשלאסן צו טון אביסל אין מסחר, זיין שווער האט אים געגעבן עטליכע טויזנט רובל. דערמיט האט זיך דער אינגערמאן ארויסגעלאזט קיין דייטשלאנד איינקויפן סחורה.
איינמאל אין א ערב שבת איז ער אנגעקומען אין א שטאט, און איז פארבליבן דארט איבער שבת. דער אינגערמאן וועלכער איז געווען א גרויסער תלמיד חכם האט – וואו ער איז געקומען – געזוכט מיט וועם ער קען רעדן אין לערנען, האט ער געפרעגט דעם בעל אכסניא, אויב ס’איז דא אין שטאט א רב א תלמיד חכם.
דער בעל אכסניא האט געענטפערט: “אוודאי, אונזער רב איז א גאון עולם און איז א באוואוסטער גרויסער צדיק, איר וועט זיך זיכער קענען משתעשע זיין אין לערנען מיט אים. אונטערסאנט איז נאר, אז דער רב איז א גר… זיין נאמען איז ר’ אברהם גר צדק, גייט אריבער צו אים ווי איר וועט האבן דעם געלעגענהייט צו רעדן מיט איהם אין לערנען”.
שבת נאכמיטאג איז דער אינגערמאן אריבערגעגאנגען צום רב. און איז זייער נתפעל געווארן פון זיין לעכטיגע צורה, וואס האט עדות געזאגט אויף זיין קדושה און געהויבנקייט.
דער אינגערמאן האט געשמועסט אין לערנען מיטן רב, און האט געזעהן אז ער איז באמת א גאון עולם. אלע זיינע קשיות האט ער אים הערליך פארענטפערט, און עס האט זיך אנטוויקלט א טיפער פלפול וואט האט זיך אריינגעצויגן ביז די צייט פון דאווענען מנחה.
נאך מנחה האט דער רב פארבעטן דעם אינגערמאן צו קומען עסן שלש סעודות ביי אים אינדערהיים, דער אינגערמאן האט ווי פארשטענדליך זין צוגעכאפט צו אזא געלעגנהייט.
ביי די סעודה האט דער אינגערמאן געבעטן דעם רב צו זאגן תורה. ווי נאר דער רב האט גענומען זאגן תורה, איז דער אינגערמאן געבליבן זיצן געפלעפט, און האט נישט געקענט צו זין קומען פאר גרויס וואונדער. ווען דער רב האט דאס באמערקט האט ער אים געפרעגט: “וואס זענט איר אזוי פארוואונדערט, איר האט נאך קיינמאל נישט געהערט אזא סארט דרוש?”
זאגט דער אינגערמאן: “אדרבא, מיין וואונדער איז, פון וואו נעמט איר דעם דרוש, איך האב גענוי דעם זעלבן טיפן דרוש געהערט אסאך יארן צוריק פון רבי ישראל בעל שם, ווען איך בין געווען מיט אים אויף שבת אין פויזנא, אבער פון וואנעט קענט איר דאס?”
דער רב איז ערשטוינט געווארן און האט אים געפרעגט: “זענט איר דער אינגערמאן וואס איז געווען אינאיינעם מיטן בעש”ט אין פויזנא אין הויז פונעם שניידער אינעם ‘שולער גאס’?”
“יא” זאגט דער אינגערמאן “איך בין דאס”. זאגט אים דער רב, אויב אזוי, וועל איך דיר מגלה זיין ווער איך בין, איך בין דער פראפעסאר וואס איז דארט געשטאנען א גאנצן שבת, די גאנצע נסיעה פון הייליגן בעש”ט קיין פויזנא איז געווען צוליב מיר, ארויסצונעמען מיין נשמה פון די טיפענישן פון די קליפות, און מיר אריינצוברענגן צו אידישקייט”
יעדער ווארט וואס איז ארויס פון מויל פון הייליגן בעש”ט ביים דאווענען האט אריינגעשניטן אין מיין הארץ און האט אויסגעברענט א חלק פון די כוחות הטומאה, ביז נאך די אלע עבודות איז שוין אלע כוחות הטומאה פון מיר געווען פארברענט.
ביי שלש סעודות ווען דער בעש”ט האט געזאגט תורה האט דאס אויפגעפלאמט אין מיין הארץ א פייער פון קדושה וואט האט מיר נישט געלאזט מנוחה, און איך האב זיך תיכף אויפגעהויבן און אנטלאפן קיין דייטשלאנד, וואו איך האב זיך מגייר געווען, און אריינגעקומען תחת כנפי השכינה.
“אט דער דרוש איז ספעציעל באליבט ביי מיר וויבאלד דאס האט מיך מקרב געווען צו אידישקייט, און דעריבער ווען עס קומט צו מיר א חשובער גאסט איז ביי מיר א גרויס חשיבות אים איבערצוזאגן דעם דרוש”.
(די וואונדערליכע מעשה האט פארציילט דער הייליגער רוזינער זי״ע. בעארבייט פון ספר סיפורים נוראים פון הר״ר יעקב קאדאניר ז”ל, א תלמיד פון הייליגן בעל התניא זי״ע.)