ראוד איילענד – א פאטער און זון וועלכע טענה’ן זיך אפט איבער פאליטיק, זענען געווען אזוי צעריסן צווישן זיך, אז יעצט לויפן זיי איינער קעגן דעם צווייטן פאר א פאליטישן אמט. די רעדע איז פון דעיוויד קיערא סיניער און זיין זון דעיוויד קיערא דזשוניער, וועלכע לויפן פאר א סטעיט לעגיסלאטור זיץ אין פראווידענס, ראוד איילענד.
דער פאטער איז א שטארקער טראמפ שטיצער, אבער דער זון האט געשטיצט קלינטאן ביי די יאר 16′ וואלן, און ער איז שרעקליך פארביטערט זינט קלינטאן’ס שטארקע און איבערראשנדע פארלוסט.
דער פאטער איז געווען דער ערשטער צו מעלדן זיין קאנדידאטור פאר’ן לאקאלן זיץ, און דער זון איז דערנאך אריינגעשפרונגען אינעם פארמעסט, זאגנדיג אז ער וויל זיין טייל פון דער כוואליע פון טויש איבער’ן לאנד, וואו יונגע קאנדידאטן ווערן אריינגעוועלט.