וואשינגטאן – א קאנגרעס קאמיטע האט פאראויסגערוקט א סייבער ביל, וועלכע פארשפרעכט צו מאכן אמעריקאנער מער פארזיכערט אויפ’ן טעכנאלאגישן פראנט, מיט מער באשיצונג קעגן אויסלענדישע העקערייען.
דער ביל, וועלכע איז באשטעטיגט געווארן אינעם קאנגרעסיאנאלן אויסערן אנגעלעגנהייטן קאמיטע, וועט צווינגען דאס ווייסע הויז, אז יעדעס מאל וואס ס’פאסירט א גרעסערע העקעריי דורך אויסלענדישע העקערס, וועט די פעדעראלע רעגירונג אפיציעל מוזן מעלדן וועלכע לאנד עס איז פאראנטווארטליך דערויף, און אויך ארויסשטעלן באלדיגע סאנקציעס אדער סייבער-נקמה שריט.
די אבאמא אדמיניסטראציע איז געווען קעגן אזא סארט געזעץ, און די טראמפ אדמיניסטראציע איז אויך דערקעגן, זאגנדיג אז נישט אייביג איז פראקטיש פון א דיפלאמאטישן שטאנדפונקט צו מעלדן און נעמען שריט.