אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

די געוואגטע מדינת ישראל גניבה אויף איראנער סודות

נישט אזוי לאנג צוריק, איז יעדער געווען אויף מיט די רעדע וואס דער מדינת ישראל פרעמיער ביבי נתניהו האט געגעבן פאר די וועלט, הארט איידער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט ארויסגעצויגן די פאראייניגטע שטאטן פון די איראן דיעל.

ביי די רעדע האט נתניהו געוויזן אין א פרעזענטאציע אזויפיל ווי פופציג טויזענט דאקומענטן און הונדערט דריי און זעכציג סידי’ס וואס די מדינת ישראל שפיאנאזש אגענטור האט באוויזן ארויסצודערווישן פון איראן, און דאן פרעזענטירט פאר די וועלט הארטע באווייז, אז טראץ וואס אונטער די דיעל האט איראן געזאלט אויפלעזן אירע נוקלעארע אמביציעס און אקטיוויטעטן, האבן אבער די זעלבע פרעפעסארן און געלערנטע ווייטער געטון די זעלבע ארבעט ווי ביז דאן.

וואס עס האט זיך נאר געטוישט איז געווען, אז אנשטאט צו ארבעטן אינאיינעם אינעם נוקלעארער רעאקטאר, האבן זיך די סייענטיסטן צושפרייט אונטער פארשידענע קלענער אגענטורן, אונטער א “פראיעקט אמאד” וואס האט געצילט צו פאבריצירן ווייטער נוקלעארע וואפן, פארלעצנדיג די דיעל.

אסאך ברעמען האבן זיך דאן געהויבן, מענטשן האבן זיך געוואונדערט: וואו האט די מדינת ישראל געטראפן די אלע געהיימע דאקומענטן? אויף די פרעזענטאציע האט אויסגעזען וויאזוי עס קומט פון א געוויסער אומבאצייכנטער מאגאזין, אבער דאך האט א נעפל און מיסטעריע ארומגענומען די אקציע, איבערהויפט ווען עס קומט צו די מדינת ישראל שפיאנאזש דינסט, וואס האבן אידישע קעפ, און זענען באקאנט מיט זייערע כיטרע מיטלען צו פארשאפן דאס וואס זיי דארפן האבן.

היינט איז קלארגעשטעלט געווארן א טייל פון די אקציע. און ווי אינטרעסאנט עס הערט זיך, שטעלט זיך ארויס אז עס האט גענומען פאר די אגענטן א יאר פון שפיאנאזש, און אזויפיל ווי זעקס שעה און ניין און צוואנציג מינוט פון אקטיוויטעטן, צו ארויסרוקן פון א פארנומענער ביזנעס-ווירבלענדער געגנט אין טעהאראן אזויפיל ווי א האלבע טאן גאר קלאסיפיצירטע אינפארמאציע, און זיי ברענגען צו די מדינת ישראל גרעניצן.

צו קענען לייגן א האנט אויף דעם הויפן מיט פיינע ווארע, האט מען געהאט א שווערע און ביטערע וועג צו גיין, אנגעפאקט מיט אסאך שטרויכלונגען. צווישן זיי האט מען געדארפט קאנפראנטרירן מיט וועכטער, עלימינירן זיכערהייט אלארמ’ס, אויפברעכן צוויי שווערע טירן, עפענען צוויי און דרייסיג באזונדערע פייער קאסעס, און דערנאך ארויסצודערזען די גאנצע סחורה פון איראן. אזויפיל ווי צוואנציג אגענטן זענען געווען פארמישט אין דער ארבעט.

נאך א יאר פון ערנסטע שפיאנאזש ארבעט און פלאנירונג, האבן די אגענטן באשטעטיגט א געוויסע נאכט ווען די פראיעקט הייבט זיך אן, און עס מוז זיך ענדיגן פינף אזייגער פארטאגס, וויבאלד די פרישע שיפט וועכטער קומען אן זיבן אזייגער, און מען האט שוין דאן געמוזט זיין ווייט ווייט אוועק פון די איראנער גרעניץ.

די מוסד אגענטן זענען אנגעקומען אין די נאכט פון יאנואר 31 צום ארט, מיט מאשינען וועלכע לאזן אויף שווערע באשיצטע אייזערנע טירן, וואס ברענען מיט א היץ פון מינימום צוויי טויזענט סעלציוס (!), צו קענען צעלאזן די צוויי און דרייסיג פייער קאסעס וואס זענען פאבריצירט געווארן אין איראן.

אבער זיי האבן נישט געקענט אלעס אויפלאזן, א טייל זענען געבליבן פארמאכט. צוערשט זענען זיי געגאנגען צו די פייער קאסעס וואס האבן געהאט שווארצע פאלדערס, און דערין די וויכטיגסטע דאקומענטן, מיט אלע סודות פון פראיעקט אמאד. דערנאך האבן זיי געפאקט די סידיס.

ווי נאר עס איז געווארן פינף אזייגער זענען די אגענטן אנטלאפן צום גרעניץ, שלעפנדיג די גאנצע סחורה מיט זיך. זיי האבן פארלאזט איראן דורך די בארטענעס, און גערייזט עטליכע שעה אויפן ים ביזן גרייכן מדינת ישראל.

אום זיבן אזייגער, ווען די פרישע וועכטער זענען געקומען און געזען די בראך פאר די אויגן, זענען הונדערטער איראנער געהיים אגענטן געשיקט געווארן נאכצויאגן די אריינדרינגער, אבער זיי האבן נישט געהאט וועמען צו זוכן און וואו צו כאפן סיי וועלכער שולדיגער.

די “ניו יארק טיימס” איז דער וואס דעקט אויף פרישע דעטאלן ארום איינע פון די דראמאטישסטע געשיכטעס אינערהאלב די מוסד שפיאנאזש אגענטור, וואס האט אריינגענומען אין זיך דאס אריינדרינגען אין די טיפענישן פון די פיינטליכע איראן, און דורכפירן א געהיימע און קאמפליצירטע מיסיע אין וואס זיי האבן באוויזן צו שאפן דאס וואס זיי האבן אזוי שטארק געזוכט: אינפארמאציע איבער די נוקלעארע פראיעקטן און פלענער פון איראן.

דער ארטיקל איז געשריבן געווארן דורך דעם איזראעלישן זשורנאליסט רונן בערגמאן, וואס איז דער טיימס קראנספענדאנט אין די מיטל מזרח, אינאיינעם מיט א צווייטער שרייבער דעוויד סאנגער.

די אינפארמאציע איז ארויסגעגעבן געווארן ביי א מדינת ישראל פרעסע קאנפארענץ, וואו עס איז אנוועזנד געווען דריי זשורנאליסטן, פון די וואשינגטאן פאסט, וואל סטריט זשורנאל, און די ניו יארק טיימס. מען האט געוויזן פאר די זשורנאליסטן עטליכע פון די דאקומענטן, וואס מען האט ארויסגע’לקח’נט פון איראן. מ’האט דארט געגעבן די רעכט פאר די אנוועזנדע צו קענען אנרירן טייל פון די געפינסן מיט הענטשוך איידעלערהייט. אצינד האבן די אנוועזנדע טיימס זשורנאליסטן ארויסגעגעבן טייל דעטאלן ארום די געוואגטע אקציע.

לויט די טיימס, איז נישט קיין צווייפל אז די איזרעאלישע אגענטור האט געהאט הילף פון אינעווייניג אינערהאלב די איראנער אגענטורן, ווייל זיי האבן געוויסט גענוי וואס ליגט אין וועלכע פייער קאסע, און זיי האבן א יאר צייט נאכשפיאנירט דאס ארט אן צו געכאפט ווערן. אזוי אויך ווייזט זיך דאס ארויס מיט דעם וואס זיי האבן אזוי לייכט איבערגעקליגט דעם אלארם סיסטעם. און דאס וויכטיגסטע: זיי האבן זיך גאר לייכט ארויסגעגליטשט פון געגנט, אן קיין שום געיעג, דאס מיינט אז קיינער האט נישט געהאט סיי וואספארא פארדאכטן.

דער טיימס האט אויך קלארגעשטעלט אז זיי האבן געזען פון נאנט די דאקומענטן, און זיי זעען אויס זייער אויטענטיש, אזוי אז עס לאזט זיך זייער שווער גלייבן אז דאס זענען פאלשע דאקומענטן, ווי די איראנער האבן געהאט פארפירט נאך די נתניהו פרעזענטאציע.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

באמערקונגען

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.