פאליטישע נייעס און ארטיקלען

יוסטיץ דעפארטמענט קלאגט אן 12 רוסישע בירגער

ס’איז געווען פרייטאג נאכמיטאג ווען ס’האט זיך פארשפרייט די מעלדונג אז דער דעפיוטי אטוירני דזשענעראל ‘ראד ראזנשטיין’ גייט אפהאלטן א פרעסע קאנפרענץ וואו ער גייט ארויסרוקן עטליכע קלאגעס קעגן עטליכע מענטשן.

עטליכע מינוט נאך וואס ס’איז באקאנט געווארן אז ראזנשטיין גייט אפהאלטן א פרעסע קאנפרענץ האט די סי. ען. ען. נייעס אגענטור געמאלדן אז זיי האבן באקומען א קלארע באריכט אז די ספעציעלע אויספארשונג פון ‘ראבערט מולער’ האט אריינגעברענגט קלאגעס קעגן צוועלף רוסישע באאמטע, וואס זענען געווען א חלק פון די רוסישע קאנספיראטארן.

אין דער זעלבער צייט וואס די נייעס איז פארשפרייט געווארן האט פרעזידענט טראמפ זיך געגרייט צו טרעפן אין ענגלאנד מיט די ארטיגע קעניגן.

די נייעס אז ראזנשטיין גייט באלד אפהאלטן א פרעסע קאנפרענץ האט צעשאקלט די טראמפ שטיצער דא אין לאנד, ווי אויך די נאנטע ראטגעבער צום פרעזידענט, זיי האבן געוויסט אז קיין צו גרויסע דעקונג גייט די יעצטיגע באגעגעניש שוין נישט האבן, און אז אלע אויגן זענען געוואנדן קיין אמעריקע צו די יוסטיץ דעפארטמענט געביידע.

די שרעק האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין היבש איבערגעטריבן פאר די טראמפ שטיצער, נאך וואס ס’איז דארט נישט געווען קיין פרישע זאכן וואס קענען שעדיגן די טראמפ פרעזידענטשאפט, ס’איז בסך הכל געווען א מעלדונג אז צוועלף רוסישע אגענטן זענען אנגעקלאגט געווארן דורך די ספעציעלע פראקוראר.

בערך צוועלף אזייגער פרייטאג נאכמיטאג איז ראזנשטיין ערשינען ביים פאדיום אין די יוסטיץ געביידע, און האט אנגעהויבן פארצולייגן וואס די קלאגעס זענען.

די רוסישע אגענטן זענען מיליטערישע אפיצירן וואס קעגן זיי איז אריינגעגעבן געווארן אנקלאגעס אין געריכט. ראזנשטיין האט אויך געזאגט אז מ’האט אריינגעגעבן קלאגעס מיט די נעמען פון אלע צוועלף רוסישע אגענטן וואס זענען געווארן אנגעקלאגט.

די גרינדן פון די קלאגעס איז געווען דאס וואס אט די צוועלף זענען געווען פארמישט אין די אריינמישונג פון רוסלאנד אין די אמעריקאנער פרעזידענטליכע וואלן אין יאר 16′.

די קלאגעס קעגן 11 פון די רוסן זענען אז זיי האבן גערויבט אינפארמאציע פון די. ען. סי. און פון די קלינטאן קאמפיין, און דערנאך דאס פארשפרייט מיט די איינע ציל זיך צו מישן אין די וואלן.

ווי אויך האט ראזנשטיין באשטעטיגט אז די רוסישע האבן ארויסגעלייגט די אינפארמאציע וואס זיי האבן באקומען אין ספעציעלע צייטן, אזוי אז ס’זאל האבן די שטארקסטע קראפט אויפצוטאן וואס זיי ווילן.

ווי אויך זאגט ער איז געווען אן אנדערע ארגאניזאציע וואס האט ארויסגעלייגט די שלעכטע אינפארמאציע זיי צו צייגן פאר די וועלט און ספעציפיש פאר די אמעריקאנער פאלק.

אין די פאפירן אריינגעגעבן אין געריכט שטייט געשריבן אז די קאנספיראטארן האבן גערעדט צו איינעם וואס איז געווען אין שטענדיגע פארבינדונג מיט די טראמפ קאמפיין.

ווי אויך זאגט ער אז די רוסישע האבן זיך אריינגעבראכן אין די וואלן קאמיסיעס פון עטליכע שטאטן, און האבן פון דארט גערויבט אינפארמאציע פון פילע אמעריקאנער בירגער וואס שטימען אין די וואלן.

די נייעס אז מולער איז ארויפגעקומען אויף די נעמען, און איז גרייט אנצוקלאגן קרימינאל די רוסישע אגענטן פארן אריינהעקן אין די אמעריקאנער קאמפיוטערס האט געכאפט דאס לאנד אין שאק.

אין די קלאגעס ווערט זייער דעטאלירט ארויסגעשריבן וויאזוי די חברה האבן זיך אריינבאקומען אין די אמעריקאנער קאמפיוטערס, און וויאזוי זיי האבן איבערמידליך געארבעט צו פארוויקלען און פארקניפן די אמעריקאנער וואלן.

דאס איז שוין זייער קלאר, און קיינער קען דאס נישט אפלייקענען, אז די רוסישע רעגירונג האט געטון אלעס אין דער וועלט זיך אריינצומישן אין די אמעריקאנער וואלן און אנצוזייען כאאס אין די צוטרוי וואס די פאלק האט אין וואלן.

אויך האט ער קלאר געזאגט אז ס’זענען דא אמעריקאנער בירגער וואס זענען געווען פארמישט, אבער ס’איז נישט זיכער אז זיי האבן געוויסט אז זיי קאמיוניקירן מיט רוסישע אגענטן.

איינע פון די נעמען וואס זענען תיכף ארויפגעשווימען אויף די ארענע נאך די פרעסע קאנפרענץ, איז א מאן מיטן נאמען ‘ראדזשער סטאון’, א שטארקער ‘ניקסאן’ סימפאטירער, און א פייערדיגער טראמפ שטיצער, ער איז א געוועזענער איינגעשטעלטער אין די ניקסאן ארגאניזאציע, און האט געדינט אלץ ראטגעבער צו די טראמפ קאמפיין.

לויט ווי אלע שפעקולאציעס ווייזן איז ער דער מאן מיט וועם די רוסישע האבן גערעדט, וואס האט א נאנטער פארבינדונג מיט די טראמפ קאמפיין.

ראזנשטיין האט אינדערמיט פון די פרעסע קאנפרענץ זיך אנגערופן און געזאגט: “מענטשן וואס שפעקולירן איבער פעדעראלע פארשונגען, ווייסן געווענליך נישט אלע ריכטיגע פאקטן, אונז מאכן נישט קיין משפט אויף די טעלעוויזיע אדער ביי קאנגרעסיאנאלע פארהערן, רוב פון די באהאלטענע ליעקס ווערט נישט ארויסגעגעבן דורך אזוינע וואס זענען פארמישט אין די פארשונג. מיר גייען נאך די געזעץ, דאס מיינט אז מיר ענדיגן אונזערע פארשונגען און מיר באטראכטן אלע פון די ריכטיגע באווייזן בעפאר מיר דערגרייכן סיי וואספארא באשליסונג, דאס איז וויאזוי די אמעריקאנער פאלק ערווארטעט זייער יוסטיץ דעפארטמענט זיך צו פירן, און דאס איז וויאזוי אונזער אגענטור גייט זיך פירן, אין אונזער יוסטיץ סיסטעם איז יעדער וואס ווערט אנגעקלאגט מיט א פארברעכן נישט שולדיג ביז עס ווערט אויפגעוויזן אז ער איז יא שולדיג אויף א קרימינאלער אקט, דאס מיינט אז מענטשן וואס זענען נישט באשולדיגט געווארן מיטן טון א קרימינאלער אקט זענען אויך אין דעם קאטעגאריע פון ווערן אנגערופן אומשולדיגע, די היינטיגע אנקלאגעס זענען אריינגעגעבן געווארן מיט די אונטערשטיצונג פון גאר קלארע באווייזן, און אונזער מסקנה איז געבויט אויף פאקטן, געזעץ, און אויף די די פאליסיס פון די דעפארטמענט אף יוסטיץ”.

מיטן זאגן דאס וואס מיר האבן אייך יעצט נאכגעברענגט זעט אויס ווי ראזנשטיין דירעקטירט זיינע ווערטער סיי צו די לינקע מידיע און סיי צו די רעכטע, ער זאגט זיי אז דאס וואס איר זאגט און שפעקולירט אויף די לופט כוואליעס מיינען גארנישט, און אז איר ווייסט נישט די פאקטן.

ווי אויך זעט אויס ווי ער פראבירט צו צייגן פאר עטליכע פון די קאנגרעסלייט אז זיי גייען אים נישט אנטמוטיגן פון טון וואס ער האלט אז ער דארף טון.

ראזנשטיין איז אין די לעצטערע מאנאטן געקומען אונטער אטאקע פון עטליכע רעפאבליקאנער קאנגרעסלייט, א שטייגער ווי ‘דזשים דזשארדן’ און ‘דעווין נונעס’, די לעצטע האבן אים געסטראשעט מיט אומפיטשן אויב וועט ער זיך נישט צושטעלן צו דאס וואס זיי פארלאנגען.

ראזנשטיין האט אין די לעצטע וואכן עטליכע מאל אין די עפנטליכקייט זיי ארונטערגעריסן אנע דערמאנען די נעמען, ער האט ארויסגעברענגט אז קיינער גייט אים נישט קענען אפשטעלן פון נאכגיין די פאקטן און רעאגירן וויאזוי די געזעץ פארלאנגט זיך.

ער האט ביי דעם פרעסע קאנפרענץ אויך געזאגט אז ער האט באריכטעט זיינע באווייזן פארן פרעזידענט פריער אין די וואך, און האט אים איבערגעגעבן אלע באווייזן וואס גייט ארויסגעשטעלט ווערן.

היינט אויף די סי. בי. עס. זונטאג פראגראם ‘פעיס די נעישן’, איז דער קאנסערוואטיווער קאנגרעסמאן ‘טרעי גאודי’ געפרעגט געווארן אויב ער גייט זיך אויך שטעלן אויף די זייט פון די וואס ווילן אז מ’זאל אומפיטשן ‘ראזנשטיין’ אויף וואס ‘גאודי’ האט רעאגירט מיט א קאטעגארישער ניין.

ס’איז זייער שווער צו זאגן אז זיי גייען זיין סוקסעספול אנדעם וואס זיי פראבירן אראפצושטעלן דעם אטוירני דזשענעראל.

די ווייסע הויז האט ארויסגעשיקט א דאקומענט אין וואס זיי שרייבן אז אין די היינטיגע קלאגעס – ארויסגעשטעלט דורך די יוסטיץ דעפארטמענט – זעט מען נישט אן קיין שום צייכן פון צוזאמארבעט מיט די רוסן פון איינער וואס איז איינגעשטעלט אין די טראמפ קאמפיין.

אויף די רעכטע מידיע קאנאלן איז דאס געווען א זאך מיט וואס מ’האט זיך מחזק געווען, און אויף די לינקע מידיע האט מען זיך מחזק געווען מיטן איבערקייען אז די אויספארשונג איז נאכנישט פאריבער, און אז עס קומען נאך אסאך קלאגעס.

אויך האט מען אויף די לינקע מידיע געשטורעמט אויף דעם וואס די ווייסע הויז שטעלט נישט ארויס קיין שום קריטיק קעגן די רוסישע אינוואדירער, און כאפן זיך בלויז ארויף אויף דעם וואס ראזנשטיין האט נישט דערמאנט קיינעם פון די טראמפ אדמיניסטראציע.

אויף די רעכטע מידיע האט מען אבער אנדערש געברויזט, און זיי האבן זיך ארויסגעשטעלט קעגן ראזנשטיין פארוואס ער האט געדארפט ארויסשטעלן די קלאגעס ‘פונקט’ עטליכע טעג בעפאר טראמפ זעצט זיך פאר א סאמיט מיט דעם רוסישן פירער וולאדימיר פוטין.

זיי זאגן אז דאס וועט שטעלן נעגאטיווע דעקונג פאר טראמפ, און געוויסע זענען געגאנגען אזוי ווייט ווי צו טייטלען אויף ראזנשטיין אז ער האט דאס געטון מיטן ציל צו פארשמירן טראמפ און אוועקשלעפן פון אים די פאזיטיווע דעקונג.

ווי אנאליסטן זאגן איז די צייט נישט קיין צופעליגער, און די יוסטיץ דעפארטמענט וויל מיט דעם לייגן דרוק אויף טראמפ אז ער זאל בעסער אפירהאלטן דעם רוסישן פירער אויף דעם וואס זיי האבן זיך אריינגעמישט אין די אמעריקאנער וואלן.

עטליכע דעמאקראטן האבן גערופן דעם פרעזידענט צו אויפלעזן די סאמיט מיט פוטין אין רעזולטאט פון די אויפדעקונג, אבער סיי פון אמעריקע און סיי פון רוסלאנד, ווי אויך פון די באאמטע אין העלסינקי (די הויפט שטאט פון פינלאנד, וואו די זיצונג דארף פארקומען) האט מען געהערט אז די זיצונג גייט ווייטער אן ווי געפלאנט.

איבערן שרייבער

מענדל אונגער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.