אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

וועלט’ס געזוכטער מאפיאנער פאר 16 יאר איז אומגעברענגט געווארן אין טורמע

די פעדעראלע טורמע באאמטע האבן באשטעטיגט אז דער וועלט’ס געזוכטער מאפיאנער דזשעימס ווייטי באלדזשאר, איז היינט געשטארבן אין זיין צעל, אינעם טורמע אין מערב ווערדזשיניע, אין עלטער פון 89 יאר, נאכן געשטאכן ווערן צום טויט דורך צוויי ארעסטאנטן, און די עף. ביי. איי. פארשט אויס דעם אינצידענט.

באלדזשאר האט זיך באקאנט געמאכט אלס א מערדערליכער און ברוטאלער מאפיאנער, וואס האט געפירט זיינע מאפיאנערישע ביזנעס מיט א בלוטיגע האנט, זייענדיג דער ביישפיל פון נידעריגע קרימינאליטעט און שלעכטיקייט אין באסטאן פאר צענדליגער יארן, און אויסגעמיטן ארעסט פאר גאנצע 16 יאר, נאכדעם וואס די פאליציי און עף. בי. איי. האט נישט געקענט נאכגיין זיינע שפורן. ערשט אין 2011 איז געלונגען אים צו כאפן און ארעסטירן.

דער מאפיאנער איז געשטאנען אין שפיץ פון א ריזיגער רינג וואס האט געוואשן געלטער, געהאנדלט מיט דראגס, און פון דארט ביז מארד אויף קעגנערישע מאפיא גרופעס, אריינגערעכנט דער פירער פונעם ניו ענגלאנד מאפיא גרופע וואס האט זיך אנגערוקט אין געגנט.

נאכדעם וואס עס איז אים געלונגען זיך ארויס צו גליטשן פון יוסטיץ אין יאר 1994 און נעלם ווערן פון די פעדעראלע אגענטן, האט מען ארויסגעלייגט א באלוינונג פון צוויי מיליאן דאלער פאר ווער עס וועט פירן צו זיין ארעסט, און איז געווען דער נומער צוויי געזוכטער מענטש אין די ליסטע פון די עף. בי. איי. הארט אונטער דעם ארכי טעראריסט אסאמא בין לאדין. ער איז געווען באקאנט אלס ‘דער’ מאפיאנער מיטן ה’ הידועה.

א חודש נאכדעם וואס בין לאדין איז געכאפט געווארן, איז באלדזשאר אויך אראפ פון די ליסטע, נאכדעם וואס ער איז געכאפט און ארעסטירט געווארן אין א וואקאציע היים אין קאליפארניע, צוזאמען מיט זיין פאמיליע. נאך א געריכט סעסיע וועלכע האט זיך געצויגן פאר צוויי יאר, איז ער פאראורטיילט געווארן פאר א טערמין פון צוויי מאל לעבנסלענגליכע טורמע מיט נאך פינף יאר…

ער איז אריינגעפירט געווארן אינעם פעדעלארע טורמע זייענדיג 84 יאר אלט, און אצינד איז ער אומגעברענגט געווארן אינעם טורמע, נאכן אפזיצן דארט פאר די ערשטע פינף יאר, יעצט דארף ער נאך צוויי מאל זיצן לעבנסלענגליך…

באלדזשאר האט געוואוינט אין אן ארימער געגענט אין באסטאן, און כאטש וואס ער האט דורכגעפירט גאר בלוטיגע און שרעקליכע הריגות און רציחות, און אומצאליגע פארברעכנס, איז אים געלונגען צו באקומען א פרעסטידזשפולער אנזעהן אין זיין געגנט וואו מען האט אים געהאלטן פאר א העלד, נאכדעם ואס ער פלעגט פארטיילן פאר זיינע ארימע שכנים אינעם ‘טענקסגיווינג’ חאגע גאנצע טורקי’ס פארן עולם.

דער פאליצייאישער דעטעקטיוו טים דעפי וועלכער האט געלאקערט נאך אים פאר לאנגע יארן ביז צום ארעסט, האט געזאגט אז ער איז דער ברוטאלסטער מענטש וואס איז נאר פארהאנען. “צו אומברענגען א מענטש איז אייביג געווען זיין ערשטע אפציע, ער איז געווען דער קאלטסטער וואס איז נאר דא”.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.