אידישע נייעס

אלטע ספר תורה געפינען אין כאטקע פון לאדזשער געטא

פרישע געפינסן וואס זענען געקומען פון דער געטא אין לאדזש, ווארפן א פרישן ליכט איבער די ארטיגע אידן וואס האבן דארט געלעבט בעפאר און דורכאויס דעם ביטערן וועלט קריג.

לויט א באריכט אינעם דזשעראזלעם פאוסט, איז געפינען געווארן א מינימום 150 יעריגער ספר תורה אין א כאטקע וואס האט געהאלטן ביים איינגעווארפן ווערן, אין די אידישער געטא אינעם באקאנטן פולישן שטאט לאדזש.

דער כאטקע איז איינס אין א רייע פון האלצערנע כאטקעס וואס שטייען אין געפאר פון צוזאמענפאל, וואו עס זענען אריינגעשטופט געווארן א גרויס טייל פון די 164,000 לאדזשער אידן.

אין די לעצטיגע יארן האט מען פארארדנט צו איינווארפן די אלע הייזקעס, נאכדעם וואס זיי האבן דיך פארעלטערט און אנגעהויבן צו שימלען, און ווייזן צייכענעס פון אונטערברעכונג.

זיך גרייטנדיג איינצואווארפן די כאטקעס, האבן די ארבייטער אויפן ארט אונטערזוכט די כאטקעס, און דאן האבן זיי געפינען אין איינע פון זיי אלטע אינטערעסאנטע אידישע אביעקטן און חפצים, וואס זענען דארט געווען באהאלטן פאר אזויפיל ווי 76 יאר!

די גרעסטער און וויכטיגסטער געפינס איז ווארשיינליך געווען דער אלטער ספר תורה, וואס ווערט געשאצט צו זיין ארום 150 יאר אלט, אויב נישט מער.

דער ספר תורה איז אריבערגעפירט געווארן צום ‘שם עולם’ ארגאניזאציע, וואס ווי זיי זאגן איז עס א זעלטענע לעבנס-צייכן פון די לאדזשער געטא, וואס האט איבערגעלעבט וואונדערליך ביזן היינטיגן טאג.

ווי דער פירער פון די ארגאניזאציע שם עולם – אברהם קרוגער – זאגט, טוט די פולישע רעגירונג מיטן אומווארפן די כאטקעס, דערשיטקן און פארלייקענען די האלאקאסט און איר היסטאריע, און די סאמע לעצטע לעבעדיגע עדות ווערן בייזוויליג צושמעטערט און דערשטיקט.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.