אויב האבן די דעמאקראטן געהאט א סוקסעס אינמיטן יאר צו איבערצייגן גאר אסאך אמעריקאנער אז די היינטיגע מידטוירם וואלן וועלן פארפלייצן די קאנגרעס מיט א “בלויע כוואליע”, וועלכע וועט זיי געבן א פולער קאנטראל איבער די סענאט און קאנגערס, וואס ביידע זענען דערווייל אין רעפובליקאנע הענט, האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אין די לעצטע פאר וואכן אז די וואלן זענען שוין גארנישט אזוי שטורעמיש, און דער כוואליע איז נישט אזוי היציג.
זינט די איינשווערונג פון דעם טראמפ נאמינירטער ריכטער ברעט קעווענאו אלס דער סופרים קארט ריכטער, טראץ די שווערע ארבעט פון דעמאקראטן אים אפצוהאלטן דערפון פאר יעדע פרייז, אזוי אויך זינט דער ערשיינונג פון דער קאראוואן מיט שווערע טויזענטער אימיגראנטן פון האנדורעס וואס ווילן דורכברעכן די אמעריקאנע גרעניצן אומלעגאל, און די שארפע רעטאריק פון פרעזידענט טראמפ קעגן זיי, האט אריינגעשטראמט פרישע ענערגיע אין די בלוט פון רעפובליקאנער וויילער.
פילע רעפובליקאנער קאנדידאטן האבן זיך פאראויסגערוקט פון זייערע דעמאקראטישע קעגנער, און איבעראשט די גרעסטע עקספערטן מיט זייער באקוועמע אויבערהאנט, אדער זייער נאנטער און שמאלער ארט קעגן דעם אפענאנט. לויט פאליטישע שאצונגען איז פארהאנען אזויפיל ווי 83.4% שאנס אז די רעפובליקאנער וועלן ווייטער בלייבן קאנטראל אין סענאט, אבער אין קאנגרעס האבן די דעמאקראטן א 87.5% שאנס צו איבערנעמען קאנטראל.
דער טראמפ אדמיניסטראציע האט דערווייל אנגעהויבן צו גרייטן צום מעגליכקייט אז אין פאל די דעמאקראטן נעמען איבער קאנגרעס, וועלן זיי האבן צו ליידן פארשידענע פראבלעמען, און ערווארטן קלאגעס קעגן ווייסע הויז איינגעשטעלטע, און טראמפ אדמיניסטראציע מיטגלידער. די דעמאקראטן דראען צו עפענען פארשידענע אויספארשונגען איבער די טראמפ-רוסלאנד צוזאמענארבעט, און וועלן אין אלגעמיין שטערן יעדע זאך וואס טראמפ וועט וועלן איינפירן, צווישן זיי די האנדל קריג מיט פארשידענע לענדער, די שטייער רעפארם, און אפגערעדט אז זיי וועלן נישט צולאזן צו בויען א וואנט בשום אופן ביים גרעניץ.
דאס מערסטע פון וואס טראמפ און זיין קאבינעט פארכט זיך, איז אז איינמאל דעמאקראטן האבן די קאנגרעס וועלן זיי קענען אנהייבן מיט די אימפיטשמענט פראצעדור קעגן פרעזיגענט טראמפ, כאטש וואס די סענאט האט דאס לעצטע ווארט אין דעם פאל, און עס איז ערווארטעט אז די רעפובליקאנער וועלן קעמפן דערקעגן מיט ציין אין נעגל, אבער דאך וועט דאס מאכן ערנסטע קאפ ווייטאג פארן פרעזידענט, און טיילווייז שעדיגן זיין נאמען.
מיט דעם אלעם איז וויכטיג צו געדענקען אז דעמאקראטישע אויספארשונגען קעגן טראמפ, קען ארויפברענגען פרישע אויפדעקונגען ארום די טראמפ אדמיניסטראציע, און עס קען צוגעבן אויל צום פייער אז מען דארף באזייטיגן טראמפ.
למעשה, ווי שטארק זענען די בלויכע כוואליעס? דאס וועלן מיר וויסן היינט נאכט, נאך די וואלן אויסגאנג.