לאקאל און נאציאנאל פאליטישע נייעס און ארטיקלען

אנאליז: די מידטוירם וואלן, די ברען, און די רעזולטאטן

שרייבנדיג די שורות, שלענגלען זיך שווערע טויזענטער אמעריקאנער אין די ליניעס טראץ די רעגן וואס האמערט איבער די קעפ, וואו זיי וועלן אריינוועלן די סענאטארן, קאנגרעסלייט, גובערנאטארן, און נאך פילע אנדערע וויכטיגע שטאטישע פאזיציעס.

אנדערש ווי ביז היינט וואס די מידטוירם וואלן האט נישט געצויגן צופיל אינטערעסע, איז דאסמאל פארהאנען גאר א שטורעמישע וואל-טאג, וואס ווערט נאכגעפאלגט מיט גרויס אינטערעסע דורך אמעריקאנער, וואל עקספערטן, פאליטישע שאצער, און איבער די גאנצע וועלט, וועלדנדיג זען די ריכטיגע צופרידנהייט ראטע וואס פרעזידענט טראמפ פארמאגט ביים אמעריקאנעם פאלק.

יעצט אויפן מינוט האבן די רעפובליקאנער קאנטראל אויף ביידע הייזער, סיי סענאט און סיי קאנגרעס. אויב וועלן די דעמאקראטן באווייזן איבערצונעמען קאנטראל אויף איינע פון די צוויי הייזער, וועלן זיי קענען די קומענדיגע צוויי יאר מאכן ערנסטע קאפ ווייטאג פאר פרעזידענט טראמפ, און אים שטיין און וועג אים מאכנדיג ציפקע צרות אויף טריט און שריט. אפגערעדט אז זיי וועלן ארויפשמירן אויף אים פילע אויספארשונגען און אים שטערן אויסצופירן סיי וואספארא פאליסי ער וויל דורכפירן.

פון טראמפ’ס זייט וועט אזא שריט מיינען אז ער איז גארנישט אזוי פארזיכערט מיט זיין בענקל צוויי יאר ארום – כאטש וואס טראמפ איז ממילא עפעס א אומגעווענליכער ערשיינונג, וואס האט מער מזל ווי שכל.

“645 טעג פון די טראמפ אדמיניסטראציע, די אמעריקאנער וואונדערן זיך שוין נישט וואס פרעזידענט דאנאלד טראמפ וועט טון פאר אונזער לאנד. די רעזולטאטן רעדן פון זיך אליינס שטערקער פון סיי וועלכע ווארט עס וועט נאר געזאגט ווערן” – שטייט היינט אויף די פעיסבוק בלאט פון די ווייסע הויז.

בעיקר דארף טראמפ שטיצע ווען עס קומט צום סענאט.  דער שאצונג איז אז ווי עס שיינט וועלן די דעמאקראטן האבן די קלענערע מערהייט אין קאנגרעס. דער פרעזידענט האט העפטיג קאמפיינט פאר רעפובליקאנער קאנדידאטן די לעצטע שטיק צייט, שיקנדיג צענדליגע טוויטער מעסעדזשעס פון אינדארסירונגען און וואונטשן.

אויב וועלן די רעפובליקאנער ווידעראמאל איבערראשן די אנקעטעס און פאולסטערס, און ווייטער אנהאלטן קאנטראל נישט בלויז אין סענאט נאר אויך אין  קאנגרעס, וועט דאס זיין ווי א פרישער ווידערוויילונג פאר טראמפ, און א פארזעצונג פון זיין נישט געווענליכע סוקסעס געשיכטע.

אין אן אנקעטע נעכטן אין NBC און אין וואל סטריט זשורנאל, האבן 72% וויילער באשטעטיגט אז כאטש וואס טראמפ זעלבסט לויפט נישט אצינד פאר קיין פאזיציע, האט אבער זייער שטימע צו טון מיט זייער מיינונג איבער טראמפ. 40% זאגן אז זיי גייען שטימען וויבאלד זיי דערליידן נישט טראמפ, און 32% האבן געזאגט אז זיי גייען שטימען צו שטיצן טראמפ.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.