אין די דזשאן הענקאק סענטער – איינע פון די באקאנטע וואלקן-קראצער געביידעס אין שיקאגא וועלכע איז הויך 100 שטאק און ציילט זיך פון די 20 גרעסטע געביידעס איבער דער וועלט – איז פארלאפענע וואך פארגעקומען גאר דראמאטישע סעקונדעס, וואס זענען אריבער מיט שרעק און אנגסט, אבער עס איז אדורכגעגאנגען גאר וואונדערליך בשלום, אזש מ’איז בלויז אפגעקומען מיט שרעק.
דאס האט פאסירט ווען איינע פון די מאסיווע קייטן וועלכע האלטן אן דעם שנעלן עליוועיטאר פון די געביידע, האט זיך פלוצים איבערגעריסן, און די עליוועיטאר האט אנגעהויבן צו טראסקען מיט א שנעלקייט פאר גאנצע 84 שטאקן, פאלנדיג פון די 95’סטער שטאק, ביז עס איז געבליבן שטעקן ביים 11’טן שטאק.
א דאנק די איבעריגע קייטן וואס זענען נאך יא געווען באהאפטן צום עליוועיטאר, איז פארמיטן געווארן א קאטאסטראפע, און דער עליוועיטאר האט נישט געטראסקעט מיט א ווילדקייט ביז אונטן, א זאך וואס וואלט צעפיצלט דעם עליוועיטאר סטרוקטור און אלע וואס געפינען זיך אין אדער ארום איר.
די טראסק איז געווען מיט א שנעלקייט פון 450 מעטער אויף אראפ, און האט גאר שטארק דערשראקן די זעקס רייזענדע וועלכע האבן זיך געפינען אינעווייניג. ווי איינע פון די רייזענדע זאגט פאר די CBS2 נייעס אגענטור אין שיקאגא, זענען זיי געווען זיכער אז זיי וועלן שטארבן. צו מזל איז יעדער ארויס אומגעשעדיגט, און קיינער האט אפילו נישט געדארפט אנקומען צו מעדעצינישע באהאנדלונג.
ארויסצושלעפן די זעקס רייזענדע האט געדויערט דריי גאנצע שעה, נאכדעם וואס די פייערלעשער האבן נישט געקענט אנקומען צו זיי, און געמוזט אויפרייסן א גרויסער צעמענטענער וואנט.