פרעזידענט טראמפ מאכט נישט קיין סוד פון דעם אז ער איז נישט קיין מענטש וואס גלייכט הונט.
אין א קאמפיין ראלי וואס ער האט אפגעהאלטן פארלאפענעם מאנטאג, האט טראמפ געזאגט אז ער איז טאקע זייער אנציקט פון די טאלאנטן וואס הונט האבן צו דערשמעקן דראגס, אבער ער האט נישט קיין צייט צו האדעווען אזא באשעפעניש.
“ס’גייט מיר נישט אן צו האבן איינס, ערנסט גערעדט, אבער כ’וועל נישט האבן קיין צייט” האט ער געזאגט אין די קאמפיין ראלי אין על פאסאו, טעקסאס, נאכן שילדערן וויאזוי א דייטשער הונט פון די זיכערהייט אגענטור האט אפיר געקראצט דראגס באהאלטן אין א שאכטל.
די אנוועזנדע האבן געקלאטשט און געשריגן ווען טראנפ האט געפרעגט: “וויאזוי וועל איך אויסזען אויב כ’וועל ארומגיין מיט א הינטל אין די וויזע פון די ווייסע הויז?” און געשאקלט זיין קאפ נעגאטיוו. “כ’ווייס נישט, איך שפיר נישט גוט. דאס שפירט זיך מיר אביסל לאכעדיג”…
טראמפ האט צוגעלייגט אז “אסאך מענטשן” האבן אים געזאגט אז ס’לוינט זיך אים צו האבן ביי זיך א הינטל, “ווייל דאס איז גוט אלס פאליטיק”. און ער האט צוגעלייגט אז “כ’האב זיי געזאגט, קוקט אהער, דאס איז נישט די באציאונגען וואס כ’האב מיט מיינע מענטשן”
אויב וועט טראמפ נישט אדאפטירן א הינטל דורכאויס זיין טערמין, וועט ער ברעכן א לאנגיעריגע טראדיציע פון פרעזידענטן, וואס האבן אלע געהאט הינט.
עס איז צום באצייכענען אז דער ווויצע פרעזידענט מייק פענס גלייכט יא באשעפענישן, און פארמאגט צווישן אנדערע א הונט, א קעצל און א האזל.