די נידעריגע הויז פון די רוסישע פאראלעמענט האט נעכטן באשטעטיגט ביים ערשטן אפיעל, א געזעץ וואס איז געאייגנט צו פארשטערקערן די מאכט פון רוסלאנד אויף איר אינטערנעט.
עקספערטן זאגן אז עס איז נישט מער ווי נאך א שריט וואס פוטין טוט צו קענען צענזורירן פראגראמען און פארמאגן די זעלבע סארט שטרענג קאנטראלירטע אינטערנעט צוטריט ווי אין כינע, אבער גאר צפון קארעא.
אינעם בריטישן “גראדיען” איז געווען א באריכט אז די רוסישע מידיע רעדט איבער דאס וואס דאס לאנד גרייט זיך אדורכצופירן א פראבע וואס וועט אפהאקן צייטווייליג די אינטערנעט אין לאנד, צו קענען באטראכטן אירע מעגליכקייטן זיך צו באשיצן פון אן אמעריקאנער סייבער אטאקע, און זיי מאכן שווער צו קענען צוקומען צו וויכטיגע רוסישע זייטלעך און אקאונטס.
לויט די פרישע געזעץ וועט די רעגירונג פילטערן יעדע איינציגסטע אינטערנעט זייטל וועלכע קומט פון אינעווייניג אין רוסלאנד, און כדי צו באקומען צוטריט צו וועלטליכע זייטלעך וועט מען מוזן אריינגעבן א פארלאנג פאר די רעגירונג.
יעדע פארלאנג וועלן ביוראקראטן נאכקוקן און נאכגיין פארוואס מען דארף אהין צוטריט, און דאס עפענען כל זמן מען דארף דאס האבן, באלד דערנאך וועט עס פארמאכט ווערן.
די 47 געזעצגעבער וועלכע האבן זיך קעגנגעשטעלט צו דעם געזעץ, האבן אויך נישט גערעדט איבער מענטשן רעכטן און דאס גלייכן, נאר איבער “צו הויכע קאסטן” פאר די רעגירונג, און עס איז נישטא אצינד קיין פאנדן דערפאר אין די קאסע…
רוסלאנד’ס אינטערנעט איז יעצט אויך נישט אזוי פריי, עס איז שוין אדורכגעפירט געווארן עטליכע געזעצן איבער דעם נושא אין די לעצטע פינף יאר.
צווישן אנדערע זענען דא געוויסע ווערטער וועלכע קומען נישט ארויף ביים זוכן אויף די געוועב.
באזונדער ווערט געשיקט סיגנאלן צו די רעגירונג ווען איינער זוכט אינפארמאציע אויף די אינטערנעט, וואס שמעקט נישט פאר די קרעמלין.