אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

אוי, די ראנוועי האט זיך געענדיגט?! פליגער קראכט אריין אין שניי בארג

א פייפער PA-46 פליגער האט די וואך אריינגעקראכט אין א שניי בארג, אין די לופטפעלד ביים קורשבאל סקיי ארט אין די פראנצוזישע אלפען בערג.

דאס האט פאסירט נאכדעם וואס דער פליגער האט אנגעריגט דעם ראנוועי, אבער ער האט נישט געקענט געהעריג ברעיקן און זיך אפשטעלן.

די אנוועזנדע שניי גליטשער האבן אנגעהויבן שרייען זעענדיג ווי דער פליגער פליעט מיט א שנעלקייט, און שטעלט זיך ערשט אפ נאכן האסטיג אריינגקאכן אינעם בארג ביים עק פונעם ראנוועי.

לויט פראנצוזישע באריכטן זענען געווען אינעם פליגער פינף פאסאזשירן, פון וואס איין פרוי איז ערנסט פארוואונדעט געווארן, און די איבעריגע פיר זענען אפגעקומען מיט בלויז לייכטע וואונדן.

דער ראנוועי וואו די אינצידענט האט פאסירט איז פון די קורצסטע אין די וועלט, זייענדיג בלויז 525 מעטער לאנג. דערפאר איז זי אויך באקאנט אלס איינע פון די געפארפולסטע ראנוועיס אויפן קאנטינענט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.