עטליכע מענטשן וואס זענען אריינגעגאנגען אין א פארלאזטע הויז אין יוסטאן טעקסאס היינט פארטאגס, צו פאררייכענען מאריכואוואנא דראג’ס, זענען שאקירט געווארן צו טרעפן דארט א געפאנגענעם טיגער!
לויט א באריכט פון די פאליציי, האט די גרופע באלד אלארמירט די פאליציי, וועלכע האט אראפגעשיקט אויפן ארט עטליכע חיות עקספערטן און וואלונטירן פון אן ארטיגער חיות אנטשטאלט.
דער טיגער איז – לויט די באריכטן – געווען אין א גוטע צושטאנד, ער האט געהאט ברייט צו עסן, אבער איז געווען געקייטלט אין א שטייג, וואס איז געווען פארמאכט.
פארמאכט? די טיר איז געווען פארמאכט מיט א פארקניפטער זעקל, מיט איין בייס אדער שלעפ, וואלט עס דער טיגער געקענט עפענען און ארויסשפאצירן פון דארט…
קיינער האט נישט קיין מושג ווער עס האט איינגעשפארט דעם טיגער אין דעם פארלאזטן געביידע, און די פאליציי פראבירט דאס צו דערגיין.
די חיות עקספערטן האבן גענומען מיט זיך דעם טיגער, און פלאנירן דאס צו שיקן צו א חיות צענטער אין טעקסאס.
ס’איז נישט געווען אזוי לייכט צו שלעפן דעם טיגער, וועלכע האט באקומען עסן צו דער זעט, און וועגט א געשאצטע טויזענט פונט!
נאכדעם וואס די עקספערטן האבן נישט געקענט אליינס שלעפן דעם טיגער, האט מען אריינגעברענגט א טאו טרעקל צו טוען דער ארבעט אנשטאט…
אין טעקסאס איז לעגאל צו האלטן ווילדע באשעפענישן, אבער מען דארף פארמאגן דערפאר א פערמיט. דאך, איז נישט ערלויבט צו האלטן א טיגער אין טעקסאס, און מען קען דערפאר נישט באקומען קיין פערמיט.